בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגז' אדר תשפ"ג2/28/2023

באריכט
דינסטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל אלי' גליק הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ש הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יושע מרדכי ראזענבוים הי"ו (ב''פ).
ב"ר ליפא שעהנברוין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, און בקול בכי געזאגט דברי נהי וקינה על שריפת ספרי תורה ובניני קהלתינו הק' ה"י, בעיה"ק ירושלים ת"ו, ווי דער רבי האט מעורר געווען אז ירושלים איז לבא דעלמא, ווען עס איז דא ווייטאג אין הארץ פילט דאס די גאנצע גוף, דארף יעדע איד מבני קהלתינו זיך מצטער זיין מיט'ן צער פון ירושלים, דער רבי האט מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים זאגענדיג אז רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט ביי אזא פאסירונג מעורר געווען אויף קדושת הביהמ"ד, נישט רעדן בשעת התפילה וקריאת התורה, זיך מקבל זיין קבלת טובות בקדושת הביהמ"ד ובלימוד התורה, נזהר זיין בקדושת תפילין ומזוזות, און שטיצן לומדי התורה בפרט די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק להגדיל כח התורה ולהאדירה ביתר שאת, אז מ'זאל קענען צוריק אויפבויען א בית המדרש און א בית תלמוד תורה, א בנין נאה ומפואר לכבודה של תורה.
דערביי האט דער רבי מחייב געווען אלע אנ''ש מבן י''ח שנה צו געבן ח"י דאללאר כופר נפש, צו קענען שרייבן א נייע ספר תורה צו מכפר זיין אויף די עלבון התורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, די ברית איז געווען בבית החדש של אביו הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א אינאיינעם מיט א קביעות מזוזה וחנוכת הבית, נאכן ברית האט דער רבי קובע מזוזה געווען, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון פילמאר גארדענס צו די שבע ברכות לכבודו פון הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו''ץ ויו"ר וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה דקר''י, צוגעשטעלט דורך די בית הוראה מיט די באטיילוגונג פון אלע סופרים פון קרית יואל, עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' יואל שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און משמיע געווען דב"ק וחיזוק פאר די סופרים, די זכי' עוסק צו זיין אין די עבודת הקודש צוצושטעלן כשר'ע ספרי תורה תפילין ומזוזות, און ארומגערעדט איבער די פראבלעם פון די פסול'ע מזוזות און די מאנגל פון סופרים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️