בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךח' אדר תשפ"ג3/1/2023

באריכט
מיטוואך פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא סופר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אלחנן שלמה זלמן ראזענצווייג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'. און דערנאך פארטיילט מטבעות בחדרו הפרטי פאר די בחורים וועלכע האבן געלערנט שעות רצופות במשך די ימי השובבי"ם העעל"ט, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו - ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל ברי"א שפיטצער הי"ו - ר' אלי' לאנדא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יושע פנחס שאהנפעלד - און ר' חיים טורנהיים הי"ו.
ר' יואל בר"מ ווייס הי"ו (וומסב''ג) - ר' בנימין ארי' לייבוש הירש הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
👁 922