בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגו' אייר תשפ"ג4/27/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך יצחק ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר אלעזר גרובער הי"ו.
ב"ר אליעזר געשטעטנער הי"ו.
ב"ר מרדכי מענדל גרין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען צום נייעם זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת מנחה אום 8:20.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו - ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו.
ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו - ר' אלעזר ניסן פרידריך הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 920