פרייטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף ברח"י הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד החדש 'נועם אלימלך ליזענסק' אויף די ליזענסק גאס, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר הלל ניימאן הי"ו.
ב"ר זלמן לייב שטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד קביעות המזוזה ומסיבת לחיים לרגל פתיחת ביהמ''ד. דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן היכל הביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המעמד.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א דומ''ץ הביהמ''ד, די ראשי הקהילה און דעם גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די שמחה פון מחנך זיין א נייע ביהמ"ד לתורה ולתפילה, און געזאגט אז די נאמען ליזענסק איז שוין משפיע קדושה, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן דומ''ץ הביהמ''ד שליט''א, און פון די ראשי הקהילה וועלכע געבן זיך אוועק אויפצושטעלן בתי מדרשים אינעם אלע ווינקלען פונעם שטאט, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️