בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ט סיון תשפ"ג6/8/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע גוטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' נפתלי הערש לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יצחק לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
ב"ר יואל יצחק ווידער הי"ו.
ב"ר אברהם שלמה זלמן בערנאטה הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן לחיים איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל יצחק ווידער הי"ו אביו של הבר מצוה בחור, האט געקויפט א כתה בבנין הבית רחל החדש במוסדותינו הק' במאנסי, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און מאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ג ר' אברהם מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל - הרה''ג ר' ישראל העניך שעהר שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' בערל שטיין הי"ו - הרה"ח ר' אברהם שמואל געשטעטנער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' מרדכי וועבערמאן הי''ו (מאנטרעאל) - ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

נאך די חופות איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו"ץ וחבר בביד''צ קר''י, צום מסיבת סיום אויף ד' חלקי שו"ע, אויך האט זיך באטייליגט הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם דיין לטובת מפעל 'כי אם לשמוע' צו פארשפרייטן לימוד ספה"ק ויואל משה אין ארה"ק, אזוי אויך האט דער דיין געוויזן פארן רבי'ן אן ארגינאלע בלאט פון ספה"ק 'ויואל משה' ווי עס איז צוגעשריבן הערות פון רביה''ק זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א און די גאנצע משפחה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:45.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך הגה"צ ר' שמואל שמעלקא כהנא שליט"א אב"ד פשעצלוב אנטווערפען, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און ער האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו 'אותיות שמואל' אויף סופרות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר יצחק יקותיאל ביקעל שליט"א - הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו"ץ בן הגה''צ אבד''ק סענזשארדזש שליט''א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מחותנים און פאר חתן וכלה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 713