בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ' סיון תשפ"ג6/9/2023

באריכט
פרייטאג ערש''ק בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הרה''ג שלמה אלימלך שטיין שליט"א, בבנין גאלדשטיין.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה זלמן ווייס הי"ו.
ב"ר יואל דאנא הי"ו.
ב"ר יעקב הלל ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר ראובן מיכאל כיבודי הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק אז מען קען נאר קונה זיין תורה אויב האט מען יראת שמים און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יואל האלפערט שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, די קינדער האבן געזינגען א ניגון, און דער רבי האט פארהערט די קינדער און געוואונטשן ברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️