בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךה' תשרי תשפ"ד9/20/2023

באריכט
'תחל שנה וברכותיה'

יו"ט ראש השנה תשפ''ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב ק''ק קרית יואל יצ"ו.


פרייטאג ערב יו"ט ארום 5:15 פארטאגס איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות 'זכור ברית' אין ביהמ''ד הגדול.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 7:35, און דער רבי איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברח''י ווידער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי''ו.
וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, און נאכן דאווענען האט מען מסיים געווען תהילים כנהוג בחודש אלול.
נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט''א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעות, און זיי באדאנקט און אנגעוואונשן א כתיבה וחתימה טובה.

דערנאך איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בר''ח פארקאש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ליל יו"ט פארנאכטס ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים', עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צו קבלת שבת ומערבית, ביי לכה דודי האבן די משוררים געזינגען פון די נייע ניגונים, און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט כנהוג לדוד מזמור באש קודש.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכת הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' בהקדם פונעם ייטב לב זיע"א אז דורך דאנקן דעם אייבערשטן אויפן עתיד איז הקב''ה מצרף דעם טוב העתיד, אזוי אויך דורך דעם וואס מען פריידט זיך מיט א חסד ה' בעתיד איז מען מצרף די זכותים און מעשים טובים פונעם מענטש בעתיד, במילא האט מען זיך טאקע יעצט מיט וואס צו פרייען. דער אייבערשטער זאל העלפן דאס יאר תשפ''ד זאל זיין א גוט געבענטשט יאר און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור וואס איז דא אין ביהמ"ד ולכל בית ישראל בכל מקומות מושבותיהם, 'לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום' א שנה טובה ומבורכת, און מסיים געווען בברכות לרוב. ויענו כל העם בקול 'אמן' ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און דערנאך געוואנטשן 'א גוט שבת א גוט יו''ט'.
נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מודה אני.
אשת חיל און הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאך קידוש האט רבינו שליט"א אויפגעשניטן די חלה מיט א נייעם מעסער און איינגעטונקען די מוציא אין האניג - דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל, איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה, און פארטיילט שריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט א ראש כבש, דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, נאכן טועם זיין האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן 'לחיים א גוט געבענטשט יאר', נאך די פלייש האט מען אריינגעברענגט זיסע מייערן.

מיט די זמירות לדוד מזמור האט רבינו שליט"א מכבד געווען. הרה''ח ר' משה ארי' פריינד הי''ו (לאנדאן).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און געטייטשט אז דורך שבת ווערט מען דבוק אינעם הייליגן באשעפער, מען קען צוקומען צו תשובה און מען איז זוכה צו ברכות פונעם אייבערשטען.

ברכהמ"ז: נכד רבינו בעל שמחה הרב יושע לאבין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און ביר לכבוד די שמחת השלם זכר ביי נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט''א מען האט געזינגען ניגוני שמחה און גער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אברהם מאסרי הי''ו.

אז ביום השביעי: הרב מענדל גראס הי''ו (ב''פ). מען האט געענדיגט 1:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️