בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךה' תשרי תשפ"ד9/20/2023

באריכט
יום תרועה יהיה לכם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

דעם ערשטן טאג יו"ט שב''ק אינדערפרי ביי עטיפת הטלית איז געליגן אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אן ביי מוסף.

ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות שחרית בינו לבין קונו בלב קרוע ומרתח ובקש רחמים כעני בפתח, מיט בכיות נוראות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד, ובפרט ביי 'שיר המעלות ממעמקים' און ביים פיוט 'יראתי בפצותי', וואס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.

פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א, וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, מען האט געענדיגט שחרית ארום 11:15.

נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אהנגעטוהן מיטן קיטל און זילבערנע קאפל. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו''ץ, און הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הר''ר אלי' גראס שליט''א מבערבעשט ב''פ.

רבינו שליט"א איז געווען דער בעל קורא, און געליינט בקול חינוק בדמעות בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק אליקים שווארץ הי''ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. שלישי: הרה''ג ר' וואלף בראווער שליט"א. רביעי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו. חמישי: הרה''ח ר' ליפא גראס הי''ו. שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל.
ר' יואל משה פארקאש הי''ו.
ר' יעקב יוסף האפמאן הי''ו.
ר' ליפא פארקאש הי''ו.
ר' שמואל יודא מאשקאוויטש הי''ו.
ר' אלטר הערש וויינגארטן הי''ו.
ר' משה ברד''ח ווייס הי''ו.

שביעי: הרה''ח ר' יודא ווייס הי''ו. הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו (מאנסי).
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו. גלילה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.

מען האט צוריקגעלייגט די ספרי תורה און עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברא''נ גאטליעב הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

עס איז געווען פּאָזע, רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.

ארום 1:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און אינעם קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און אונטער דעם קיטל א ווייסן קאפטן.
רבינו שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע דרשה אויפן פסוק 'ובחודש השביעי באחד לחודש שבתון זכרון תרועה' און געטייטשט אז די תכלית פון תקיעת שופר איז לעורר לתשובה אבער שב''ק וואס יעדער איז זוכה צו א התעוררות תשובה פונעם בת קול וואס גייט ארויס יעדן טאג במילא קען מען צוקומען צו תשובה אויך אהן תקיעת שופר, ובדברי כבושין ווייטער מעורר געווען לתשובה ראש השנה איז מען נישט מזכיר קיין חטאים מיטן מויל אבער מחשבה מעג מען און דארף מען מאכן א חשבון הנפש ווי האלט מען אויפן עולם, און מעורר רחמים געווען מיט שטארקע בכיות אויף שמועות מבהילות פון קינדער פון ערליכע שטובער וואס זענען נעבעך פארפאלן פון אידישע דרך, קיינער איז נישט פארזיכערט!, יעצט איז די צייט איינצורייסן רחמי שמים מרובים, ה' יתברך יערה רוח טהרה ממרום ושבו בנים לגבולם און מסיים געווען ברוב ברכות. מען האט געענדיגט ארום 1:35. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און אנגעהויבן קדיש ארום 1:40.

רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה.

גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות זכרונות ושופרות, ובקול חוצב ובלב שופך כמים, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות

מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, הרה''ח ר' משה ארי' פריינד הי''ו.

הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו, און הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו זענען מכובד געווארן אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יודל באסול הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 4:50.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:05. מנחה: הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ), לוי: הרה"ח ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער הי"ו (מאנסי), שלישי: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי).

ביי לחיים האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר מען זאל האבן אלעס גוט'ס אויסגעבעהטן.
זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א (בני ברק), שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן נוסח התפילה 'עוד יזכור לנו אהבת איתן' און געטייטשט אז דער זכות פון די אבות הק' אברהם יצחק און יעקב איז הקב''ה מצרף פאר אידישע קינדער דעם טוב העתיד.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).
נאכן זינגען האט רבינו שליט''א דערציילט דעם סיפור בשם הרה"ח ר' אהרן ט"ב ז"ל פון אוהעל ווען זקינו הרה''ק ר' שמואל גארליצער זיע''א האט געזינגען דעם ניגון ביי הגה''ק הישמח משה זיע''א האט דער ישמח משה געזאגט עס איז א גוטע ניגון זאלסט דאס אוועקלייגן פאר די הייליגע טעג. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און אריין בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 687