בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךה' תשרי תשפ"ד9/20/2023

באריכט
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מערבית. בעל תפלה איז געווען הר''ר דוד לייב קרויס שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 9:15, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור בכלליות.

ארום 11:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, מלובש מיט א נייעם קאפטן פאר ברכת שהחיינו. הגבהת הכוס: הרה''ח ר' אלי' ניישטאדט הי''ו.
אויפן טיש איז געווען אנגעגרייט די פירות. דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א מילגרוים און טועם געווען פון די פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די מילגרוים פארן גאנצן עולם.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר''ר שמואל מענדל באב''ד שליט''א (ב''פ).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז ווען עס געפאלט שבת ראש השנה ווערט גערעכנט ע''ב שעות כמנין חסד און מיט דעם כח איז מען זוכה צו חסד ורחמים משמים אינעם יום הדין.

ברכהמ"ז: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

ונתנה תוקף קדושת היום

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה, און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:15.

פסוקי דזמרה: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק. שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו, מ'האט געענדיגט בערך 11:20

נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנע קאפל.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה''ג ר' חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט''א און הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א - מו''ץ, פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב''ד אוהעל ב''פ.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב ובהשתפכות הנפש.
עליות. כהן: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א. לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו. חמישי: רבינו שליט"א. הגבה דעם ערשטע ספר: בעל ברית נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א. גלילה: ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו. הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט 12:20.

נאכן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
סנדק: רבינו שליט"א, מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק מעומד: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: נפתלי צבי נאכן זיידן האדמו''ר זידיטשוב זצ"ל.
אויך איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אלעזר ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה מיטן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' כדאי צו ניצל ווערן פון די ד' חילוקי כפרה דארף מען האבן תשובה בצירוף תפילה אבער צוצוקומען צום פתיחת שערי הלב דארף עס זיין בצירוף תורה און אזוי באקומט מען צוריק דעם צלם אלוקים אויפן פנים, ובאור פני מלך חיים אז מען וועט מאכן דעם ריכטיגן חשבון הנפש וועט מען זוכה זיין צו השפעות טובות ויאר ה' פניו אלינו, און מסיים געווען בברכות לרוב. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון לעבאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויף די בימה, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה''ח ר' אהרן שפיצער הי"ו און הרה''ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי''ו.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן למנצח און דערנאך פארגעזאגט מן המצר, און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35, בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד הרה''ג ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית דוב.
שלוחי עמך בית ישראל העומדים לבקש תפילה ותחנונים, ולהתחנן על עמך ישראל, כמעשהו בראשונה זענען די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, מיט בכיות מפעם לפעם און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטלעמאן הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, הרה''ח ר' בנציון יושע קרויס הי''ו.

הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו און הרה''ח ר' וואלף גליק הי''ו זענען מכובד געווען אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו. מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:30.

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הר''ר שמואל אליעזר ט''ב שליט''א (ב"פ), דער רבי האט געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ. מען האט געענדיגט ארום 5:55.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די סעודת יו''ט וסעודת ברית מיט די בני המשפחה.

ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סיום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען נגוני ראש השנה וימים נוראים.
מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אתה נגלית: נכד רבינו בעל ברית הרב יושע לאבין, יום ליבשה: הר''ר אברהם אהרן לאבין שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און געטייטשט אז כביכול קוב"ה איז מחיוב מיט די חיובי בעל לאשה וואס איז פון די חיובי דרבנן, אזוי ווי כלל ישראל אין אזא יאר ווי היי יאר וואס די ערשטע טאג בלאזט מען נישט און די צווייטע טאג יא - ביידע איז א תקנות חז''ל איז מען זוכה צו השפעות טובות בגשמיות וברוחניות, און מסיים געווען בברכות לרוב בכל ענינים.

רבינו שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס נכדו הרב יחזקאל ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און ביים זיך אויפשטעלן געוואונטשן 'א גוטע וואך א גוט געבענטשט יאר', און זיך עקסטער באדאנקט פאר די קאפעליע. מען האט געענדיגט ארום 9:00.

מוצאי יו"ט בביתו נאוה קודש איז דער רבי געזעצן א לענגערע צייט און מסדר געווען זיינע פארשידנארטיגע צדקות און גרויסע סכומים וואס ווערט ארויסגעשיקט פאר ת"ח און נצרכים עניים הגונים בקרב אנ"ש שיחי' דאהי און אין ארה"ק אין די יעצטיגע עשרת ימי תשובה.

יהי''ר מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוט'ס להפקד בדבר ישועה ורחמים א שנה טובה ומוברכת לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 687