בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ד מרחשון תשפ"ד11/8/2023

באריכט
זונטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ליבערמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' הלל ראזענבערג הי''ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יעקב יושע מארקאוויטש הי"ו - ר' משה אלי' צבי באנדא הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר נתן דוב ברש"ז שווארטץ שליט"א - ר' חיים הערש ראטה הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 726