מאנטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ד.
פארמיטאג ארום 12:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבנין התלמוד תורה ווידער פאלאטשעק ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו 500 תלמידי כתה ד' פון די 4 סניפים פון מוסדות קרית יואל.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און דערנאך משמיע געווען קורצע דברי ברכה, און פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 10:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - ר' מאיר שפיטצער הי"ו.
ר' יואל שמאיע הי"ו - ר' יואל אקער הי"ו.
בקרב קהלתינו הק' אין מאנסי איז פארגעקומען די צענטראלע שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך אנ''ש לכבודו פון די געהויבענע זיידעס כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט''א, אין די זאלן פון עטרת טשארנא, אינאיינעם מיט'ן סיום מסכת נזיר במסגרת חבורת יסודי התורה.
עס האבן זיך משתתף געווען הונדערטער אנ''ש און צענדליגער רבני ודייני מאנסי צווישן אנדערע.
כ''ק אדמו''ר מסקולען מאנסי שליט''א, האדמו''ר מניקלשבורג שליט''א, האדמו''ר מפארשעי שליט''א, האדמו''ר מזוועהיל שליט''א, האדמו''ר מספינקא עירמאנט שליט''א, האדמו''ר מסטאניסלאוו מאנסי שליט''א, הגה''צ אבד''ק נייטרא שליט''א, הגה''צ ר' הערשל פיש שליט''א מזידיטשוב פרעמיסלא, הגה''צ ר' הערשל ראבינאוויטש שליט''א אב''ד באבוב 45 מאנסי, הגה''צ ר' יושע לייפער שליט''א אב''ד באר משה ונשיא עוז והדר, בני האדמו"ר מסקווירא שליט"א, הגה''צ דומ''ץ שיכון סקווירא שליט''א, הגה''צ דומ''ץ מונקאטש שליט''א, הגה''צ דומ''ץ בעלזא שליט''א, און נאך פילע רבנים ודיינים.
עס האבן אויפגעטרעטן רבני קהלתינו הרה''ג ר' יחזקאל ווייס שליט''א און הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א, און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.
ארום 10:30 האט מען מקבל פנים געווען רבינו שליט''א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ, און דער יו''ר הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א מנהל התאחדות אברכים האט מכבד געווען הרה"ג ר' אנשיל גרובער שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' צו מאכן די סיום מסכת נזיר, און הרה''צ חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק צו זאגן קדיש, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
דאן האט מען געהערט חרוזים לכבוד המעמד פון א קינד מתלמידי מוסדותינו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה און לכבוד די סיום בחבורת יסודי התורה, און דערנאך ארומגערעדט בשבח קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי וועלכע וואקסט בכמות ובאיכות בראשות דעם רב שליט"א וואס לייגט אריין אזויפיל כוחות, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט מען געהערט דברי בדחנות פון הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אינאיינעם מיט ר' אהרן יוסף מארקאוויטש הי"ו.
מיט ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות.
מען האט געענדיגט ארום 11:45, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️