בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ד טבת תשפ"ד12/26/2023

באריכט
זונטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געליינט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אהרן האללענדער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו - ר' יואל ברש"ח מענדלאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יצחק שאול כוואן הי"ו - ר' עזרא יצחק כאירה הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' ראובן ראטטער הי"ו - ר' יואל בר"ל גראס הי"ו.
ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו - ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
👁 751