בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ד טבת תשפ"ד12/26/2023

באריכט
מאנטאג פרשת ויחי

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נחמן גליק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י"א.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א אסיפה בקו"פ בביתו נאוה קודש פון אלע אדמיניסטראטארן פון מוסדותינו הק' איבער גרעיטאר ניו יארק, אינאיינעם מיט פארשידענע עסקנים און כלל טוער למען עתיד החינוך, מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען בכובד ראש די פרטי הדברים איבער די גזירות החינוך און די טעכנישע דעטאלן פון נישט נעמען קיין שום מהלך פון די 7 פעטוועיס און נישט ענטפערן פאר די רעגירונג, און רבינו שליט"א האט מאציל געווען מברכת קדשו אז מען זאל ווייטער קענען מצליח זיין גענצליך אפצושאפן די גזירה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' שלמה דוד יחזקאל גרינפעלד הי"ו - הר''ר שמואל עקשטיין שליט''א, באולם כינור דוד.
ר' חיים ווייס הי"ו - ר' יצחק מנשה שטיינפעלד הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א דרינגענדע אסיפה מיט די ראשי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ק אינאיינעם מיט די ראשי העסקנים, ווי רבינו שליט"א האט געפאדערט בכל אופן צו העכערן די סכומי התמיכות וואס ווערט געשיקט פונעם אמעריקאנעם אפיס פאר די מוסדות הקדושים אין ארץ ישראל, דער רבי האט אהנגעוויזן אז מ'דארף מער מעורר זיין דעם אינגן דור אויפן התחייבות פון סאטמארע תלמידים צו שטיצן ברוח נדיבה די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק וואס איז געווען בבת עינם של מרנן רבותיה"ק זיע"א.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברמ"ז פרידריך הי"ו - ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה''צ ר' יהודא דייטש שליט"א משפיע ברסלב בארה"ק, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות, צווישן אנדערע האט דער בעל אכסניא הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו מראה"ק אין וומסב"ג געוויזן פארן רבי'ן א סידור הרש"ש וואס האט באלאנגט פאר רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א. דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן אויף מסכת אבות און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך די זמני כניסה ארום 12:35 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א צו די שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל חתנו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון וואכנאכט'ס ביי רבותינו הק' לבית עצי התמרים זיע''א און נאך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
👁 689