בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךט"ו טבת תשפ"ד12/27/2023

באריכט
דינסטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אלחנן שלמה זלמן גראס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ברוך טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
ווי עס זענען מכובד געווארן. מוהלות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק: רבינו שליט"א, סנדק מעומד: הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א, ברכות: הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, קריאת השם: כ''ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: משה, נאכן דאפעלטן עלטער זיידן רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך א קורצע צייט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בחדרי הפאליש אין ביהמ''ד הגדול צום סעודת ברית מילה.
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה אבי הבן, און די זיידעס הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און הגה"צ רבי יואל ט"ב שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' החתן חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקו"פ הרב הגה"ח ר' מאיר פלעקסער שליט"א ראש ישיבת חידושי הרי"מ אין תל אביב, אין באגלייטונג פון הרב ישראל גינזבערג הי"ו מנכ"ל ישיבה חידושי הרי"מ בארה"ק און הרב משה ווייטמאן הי"ו מנכ"ל ישיבה חידושי הרי"מ בארה"ב, עס האט זיך פארמירט א שיינער לומדישע שמועס און דערנאך בעניני חינוך תלמידי הישיבות און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️