בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ג אדר ב' תשפ"ד4/2/2024

באריכט
זונטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים מנחם מאניס מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר געציל גרין הי"ו.
ב"ר שמואל הערש פעלדמאן הי"ו.
ב"ר משה יהודה ברד"ש גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יואל יצחק סופר הי"ו.
ב"ר שלמה לייב גרובער הי"ו.
ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר פישל פארקאש הי"ו.

רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א, און פאר הודו האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א מיט בכיות עצומות פאר נאענט צו א האלבע שעה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט"ו, און ארומגערעדט איבער די קדושה פונעם בעל הילולא זיע''א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים לרגל ההילולא אינאיינעם מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם בהיכל הביהמ"ד.

מיטאג ארום 1:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול. מען האט געענדיגט ארום 2:25.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אליעזר געלב הי"ו - ר' יואל ברי''א אייגנער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יואל בר''ל וואלנער הי"ו (וומסב''ג) - ר' מרדכי ווינקלער הי"ו, באולם גינת קליין.

צווישן די חופות איז רבינו שליט''א אריין אין בנין הבית רחל בנין הירש ג"ב לאנדא ווי עס קומט פאר די לימודים פון מתמידים 'רץ למשנה', דער רבי איז ארום און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת המתמידים.

נאך די חופות ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש צו די מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה אין מאנסי, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ''י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זיע''א, און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די מצטייני הישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' צבי הירש פיש שליט"א אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א, און צווישן אנדערע האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א גרוס פון ישיבה גדולה שיעור ד' ווי דער רב האט זיך באטייליגט ביים סעודת הילולא, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 598