בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ג אדר ב' תשפ"ד4/2/2024

באריכט
מאנטאג פרשת שמיני

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב מאיר לעווי הי"ו.
ב"ר חיים יחזקאל פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי אפעלדארפער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 1:40 איז רבינו שליט''א אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' דוד ווערטהיימער הי"ו - ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' חיים מרדכי בוכינגער הי"ו - ר' משה מרדכי גרינפעלד הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יודא לייב פילאפף הי"ו (ב''פ) - ר' שלום יוסף בראך הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. ר' בעריש פעלדמאן הי"ו - ר' טובי' בראך הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הרב אפרים גאלדבערג שליט''א רב פון די חרדישע קהילה אין בּאוקע ראַטאון, פלארידע מיט הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי''ו און הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, אינאיינעם מיט א קבוצה פון די ארטיגע קהילה מקבל זיין דברי חיזוק וברכה, דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק און זיך נאכגעפרעגט איבער די ארטיגע קהילה ומוסדות און די שיעורי תורה אין די קהילה, און מאציל געווען מברכות קדשו פארן רב און דערביי געגעבן ספרו הגדה של פסח לב אהרן, און די חברי הקהילה זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש.

אזוי אויך האבן הב' החתן אפרים ב"ר אברהם בראך הי"ו און הב' יוסף מנחם ב"ר יואל כ"ץ הי"ו, זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף גאנץ שו"ע הלכות שבת.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם פראכטפולן לאקאל פון קרויס שטריימלעך אין קר''י, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג און דערנאך זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן געשעפט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ארומגערעדט עובדות והנהגות איבערן לבוש פון די שטריימל און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די בעלי בתים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️