בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ח אדר ב' תשפ"ד4/7/2024

באריכט
זונטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל.
ב"ר בנציון יעקב ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר אברהם יודא קליין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 1:55 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זעקסטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 8:15 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צו די שמחת השבע ברכות פון הכלה בת הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א מנהל הישיבה, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו האט ממשיך געווען מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה, און עס האט זיך פארמירט א לענגערע תורה'דיגע שמועס מיטן דיין שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פארן דיין שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 8:35.

ארום 8:40 האט דער רבי געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' בערל גאלד הי"ו - ר' יודא ווייס הי"ו.
ר' משה טאמבור הי"ו - ר' יואל מערמלשטיין הי"ו.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה בביתו נאוה קודש לטובת 'קרן לב אהרן' להחזקת מוסדות יטב לב בארה"ק.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:00 לביתו נאוה קודש, עס זענען אנוועזנד געווען א צאל נגידים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אלץ שותפים אינעם קרן, די חשובע נגידים האבן געהאט די געלעגענהייט צו איבערגעבן פאר רבינו שליט"א די גרעסערע סכומים און אינטערשרייבן די שטרי שותפות, און דער רבי האט יעדעם פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען הר''ר אלטר פאלקאוויטש הי"ו ומשפחתו ע"פ אשתו /אמם ע"ה. און פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️