בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ט אדר ב' תשפ"ד4/8/2024

באריכט
מאנטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה בר"י מענדלאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל זעליג שרייבער ע''ה.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:20 איז רבינו שליט''א אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, דער רבי האט געצינדען ליכט ביי די ציונים פון רבותינו הק' בעל דברי יואל און בעל ברך משה זיע''א און ביי ציון אמו הרבנית ע"ה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:05.

מיטאג ארום 2:05 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זיבעטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:55.

נאכמיטאג ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30, אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה ווי יאר יערליך א משלחת פון ראשי מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, ברענגנדיג דעם 'מפתח הכשרות' לרגל דעם בעפארשטייענדן יו"ט פסח, ווי עס איז מיטגעקומען הרב קלמן וויינפעלד פון די 'או-קעי' ארגאניזאציע, וועלכע זענען געקומען איבערגיין מיט'ן רבי'ן דעם אויפטוה מיט'ן מכירת חמץ פאר די גרעסטע ביר דיסטרוביוטער פירמע פון ניו יארק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער כשרות המאכלים ובפרט פאר יו"ט פסח, און דער רבי איז איבערגעגאנגען דעם לשון פונעם שטר מכירת חמץ אז עס זאל פארקויפט ווערן כדת וכדין, און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. ר' ירמי' ישראל פאגעל הי"ו - ר' ישראל איסר מארקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 584