ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
מאנטאג ערב פסח
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ירמי' בנציון קאפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 9:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
הוצאה והכנסה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יעקב בר"ש פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן ווייס הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו. גלילה: ר' אלי' ברח"א שפיטצער הי"ו.
תיכף נאכן דאווענען האט דער רבי געטרינקן לחיים בחדרו הפרטי אויף ביר כנהוג, און דערנאך בביתו נאוה קודש האט דער רבי פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, דער רבי האט געמאכט דעם קנין און איבערגעגעבן דעם שטר, דערנאך ארום 10:20 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן די חמץ און דעם לולב, און צוגעווארט די חמץ זאל פארברענט ווערן, און געזאגט די יהי רצונ'ס מיט כל חמירא בהשתפכות הנפש, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט ַ
נאכמיטאג ארום 2:20 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך ארום 2:55 אנגעקומען אינעם מצה בעקעריי בבנין ישיבה קטנה אויף געציל בערגער, דער רבי האט אריין געגאסן דאס וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר עטליכע מיירעס, דער רבי האט פארגעזאגט הלל ברגש קודש והשתפכות הנפש, און געוועלגערט א מצה, און דערנאך זיך אומגעקוקט ביי די רעדלערס און ביים אויווען. און דערנאך מפריש געווען חלה.
דערנאך ארום 4:15 איז דער רבי אריבער צום צענטראלן מצה בעקעריי דקהלתינו הק', און זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' און אין אלע אפטיילונגען א לענגערע צייט, דער רבי אריין געגאסן וואסער אין די מעל און מפריש געווען חלה, און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם נייעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן מלכות'דיגע סדר טיש ווי עס האבן מיטגעהאלטן בצל הקודש די אריבער 300 חתנים אנ''ש וועלכע זענען פלאצירט געווארן צווישן ביידע הייליגע סדר נעכט.
פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי געגאנגען נאכאמאל אין מקוה לכבוד יו"ט.
ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח. מערבית: הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתלהבות אש, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:55.
פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.
ארום 10:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, און מיט א זילבערנעם קאפל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים בליל התקדש חג הפסח, כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט א געניטשאפט, אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א דביקות ושמחה של מצוה.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה, די מצות און די סימנים, און געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא און רבוש''ע, און פארגעזאגט 'קדש' און אלע סימנים בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבותינו הק' זיע''א.
במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה, פאר קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא, עבדים היינו, ר' יוסי הגלילי אומר, ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, רשע מה הוא אומר, והיא שעמדה, ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו, ואומר לך בדמיך חי, אני ולא מלאך, ויאפו את הבצק, שפוך חמתך.
במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, געזאגט די סימנים אויף אידיש.
דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.
תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הננו מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט די סדר ההגדה ברגש ובנעימה.
ביי מגיד האט דער רבי געזאגט דעם נוסח פונעם ספר הזוהר הק' 'פקודא בתר דא'.
פאר מה נשתנה האט דער רבי צוזאמגעקלאפט די הענט כף על כף כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ע"פ מנהג בעלזא.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א אויף אידיש, און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.
נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות.
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין.
מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, געעפענט דעם טיר, נאך די תפילה פון שפוך חמתך בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות ונגוני יו''ט. מען האט געענדיגט ארום 3:30, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️