בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ח ניסן תשפ"ד4/26/2024

באריכט
יום א' דפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית ארום 10:50. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און דערנאך צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף שמואל בערגער הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א.

נאכ'ן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יצחק מאיר פארקאש הי"ו (מאנסי).

הגבה: הרה"ח ר' משה יוסף הירש הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' משה גוטמאן הי"ו (וומסב''ג).
מפטיר: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). הגבה: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו (וומסב''ג)
גלילה: הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.

נאך עטליכע מינוט הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנעם קאפל און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות.

פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: ר' שמואל ישעי' רעטעק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל צבי שטערן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, און דער רבי האט מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די פיוט 'ברך דודי'.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה כי יאמרו עליכם בניכם מה העבודה הזאת לכם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה, נאך די תורה האט דער רבי מרחיב בדיבור געווען בהדרכה ישרה פאר די חתנים וואס וועלן דאס יאר בס''ד אויפשטעלן אידישע שטובער און בהמשך הזמן אליין פירן דעם פסח, און דערציילט א מכשול וואס האט דאס יאר פאסירט פון בליעות איסור חמץ אין א אידישע קאך נאר ווייל מען איז נישט נזהר געווען און זיך נישט געפירט צו נעמען נאר וואס מען האט געמאכט אליינס אינדערהיים, אל תטוש תורת אמך פסח קען מען נישט און מען דארף נישט אלעס האבן און מען דארף עס געדענקן א גאנץ לעבן.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח שמעון ב"ר מנחם צבי כהן הי"ו (ב"ב). מען האט געענדיגט ארום 4:30.

נאכמיטאג ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה. מנחה: הרה''ג ר' ישראל העניך שעהר שליט''א.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י לטובת דעם יערליכן אפיעל פון כולל שומרי החומות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️