ליל הושענא רבה אושפיזא דדוד מלכא משיחא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו קריאת משנה תורה און געזאגט די תפילה פארן לייענען, בעל קורא: הר''ר שלום יוסף סאמעט שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור סעודת ליל הו"ר ואושפיזא דדוד מלכא משיחא, בסוכה הגדולה שע''י ביהמ"ד הגדול.
נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו די סעודת יו''ט. ביים לחיים נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'. במשך דעם געהויבענעם טיש האט מען געזונגען ניגוני ימים נוראים בהתעוררות רב בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערען.
מיט די שיר המעלות האט רבינו שליט''א מכבד געווען:
הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א מגי''ש בקהלתינו.
הרה''ג ר' דוד גרינפעלד שליט''א מו''ץ.
הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קויתי ה' קותה נפשי' און געטייטשט אז דורך מצוות מילה קומט אראפ די ערלת הלב און די תשובה קומט פון פנימיות הלב.
ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. מען האט געענדיגט 1:00.
נאכן טיש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ברוב עם צו אמירת תהילים. בעל תפילה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי''ו, ביי יעדן ספר האט מען געזאגט דעם יהי''ר להושענא רבה און קדיש. מען האט געענדיגט בערך 2:50 און רבינו שליט"א איז אהיים לביתו נאוה קודש, ווי ער האט געבינדן די הושענות פאר זיך און פאר הרבנית הצ' תחי'.
יום הושענא רבה
הו''ר אינדערפרי ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף אינעם טלית, קאפל, קיטל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א, און אינטער דעם די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' ישראל דוד קאפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלמה בר''נ קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו ברכות, פסוקי דזמרה און שחרית און אויסגעלאזט בנוסח ימים נוראים, און הלל הגדול און די שירה געזאגט פסוק בפסוק.
ביי הלל האט רבינו שליט''א מאריך געווען עבודת קדשו ביי די נענועים ברגש קודש, בדביקות ובהתעוררות רב, ווען דער גאנצער ציבור פון אלופי אלפי ישראל זינגן מיט די ניגוני קודש בדמעות שליש.
נאך הלל האט משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב.
אום 1:50 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די פייערדיגע 'דרשת הושענא רבה' מיטן משל הידוע מרגלא בפומי' פון רבותינו הקדושים זיע''א, און מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות ודמעות, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד בבכיות נוראות.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען באריכות מיט געהויבענע בחינות און דברי התעוררות בבכיות לכבוד היום:
הושענא למענך אלוקינו: דורך די ד' מינים וואס איז מרומז אויף אחדות ישראל ווערט נתעורר מדות הרחמים אני ה', און איז שוין נישט שווער די קשיא אי מלכא אנא, און די תשובה ווערט נתקבל.
למענך אלוקינו, אופן ב': דורך די ד' מינים א גאנץ יו''ט וואס איז מדרבנן איז מען זוכה צו שכר בעולם הזה וואס איז מגין מען זאל נישט נכשל ווערן בחטא און מען זאל קענען מתפלל זיין און עס זאל נישט פארשפארט ווערן די טיר אויף אידישע בקשות.
הושענא למענך בוראנו: דורך מדות הרחמים ווערט באשאפן אויפן מענטש א פרישע צלם אלוקים און דורך דעים ווערט נתקבל די תפילות, מען איז עקסטער מתפלל זיין אז עס זאל חלילה נישט אפגעטוהן ווערן דעם צלם אלוקים פון אונז און פון די קינדער, און איינגעריסן בבכיות מען זאל זוכה זיין צו ערליכע אידישע קינדער.
הושענא למענך גואלינו: בשעת גאולת מצרים איז נתעורר געווארן די זכות פון אברהם אבינו וואס האט נישט געפרעגט קיין קשיות בשעת די עקידה.
הושענא למענך דורשינו: עס איז דא דריי יוד''ן דער שם הוי''ה, ישראל און ירושלים מען איז מתפלל עס זאל נתמלא ווערן דעם סגול דער יו''ד פון ירושלים.
הושענא למען אמיתך: גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד, אבער א שקרן וואס קען נישט מקבל זיין פני השכינה קען נישט תשובה טוהן משא''כ אידישע קינדער וואס זענען דבוק במדת האמת.
הושענא למען בריתך: על כל פשעים תכסה אהבה, מצוות מילה איז משפיע אהבת ה' דורך דעים ווערן די עבירות צוגעדעקט און די חיצונים פארכאפן נישט די מצוות, און מען דארף נישט זארגן מען זאל חלילה נישט פארווארפן ווערן צו די חיצונים.
הושענא למען גדלך ותפארתך: דורך די צ' נענועים איז מען מעורר די זכות פון משיח צדקינו, דער רבי האט מסיים געווען די דרשה מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט די דרשה בערך 2:50, און מ'האט אנגעהויבן מקיף צו זיין דעם ביהמ''ד, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב, צווישן די הקפות האט געבלאזן שופר הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א כנהוג, נאכן ארומגיין האט מען געזאגט די פיוטים, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי''ר כנהוג.
מען האט געזאגט אתה הראית י''ג מדות רבש''ע און שיר המעלות פון עשי''ת כנהוג.
הוצאה והכנסה: הר''ר נפתלי הורוויץ שליט''א(לאנדאן).
בעל קורא: הרה"ח ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
עליות. כהן: הרב שמואל הערש כהנא שליט"א (מאנסי). לוי: הר''ר יודל וואזנער שליט''א (מאנטשעסטער) - ער האט געמאכט א ברכת הגומל און מוציא געווען די פרישע הונדערטער געסט אנ"ש מעבר לים. שלישי: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט''א מראשי הכוללים. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: נכד רבינו הר''ר בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל). גלילה: הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי"ו (לאנדאן).
מוסף: הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ קהלתינו מאנטרעאל. די כהנים האבן גע'דוכנ'ט, תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 4:45.
עטליכע מינוט נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום טיש לכבוד היום אין די סוכה הגדולה און געזאגט דעם סדר האושפיזין, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'. מיט די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך כנהוג, בעלי אושפיזין האבן געברענגט קיגלען און מען האט געזונגען ניגוני יו''ט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ח ר' חיים הערש גאלד הי''ו (וומסב''ג). ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א, מען האט געענדיגט 5:20.
בביתו נאוה קודש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לטהר עצמו ברגל לכבוד יו"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
