ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
יום שמיני עצרת
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה, מערבית: הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט''א דומ''ץ קהלתינו ב''פ.
אום 9:10 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון רבבות אלפי ישראל זקנים עם נערים, פתיחת הארון: הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו מראה''ק מאנסי.
מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן דעם למנצח.
מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב בערך 9:15 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן עבודת קדשו טאנצן די געהויבענע הקפות בהתלהבות ורשפי אש קודש, בראש קהל קדושים רוגשים, די אריבער א רבבה תלמידים וחסידים שעות ע''ג שעות בשמחת התורה, אשרי עין ראתה אהלינו בשמחת קהלינו.
ביי די פערדע הקפה האט מען מכבד געווען די געסט מארצינו הקדושה מיט א ספר תורה.
ביי די זיבעטע הקפה נאכן ארומטאנצן דעם ביהמ''ד בעוז ותעצומות איז רבינו שליט''א כדרכו בקודש ארויף אויף די בימה און ממשיך געווען מיט די ריקודין ביתר שאת וביתר עוז.
נאך די הקפות האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור, און נאך עלינו געוואונטשן במאור פניו גוט יו''ט, פארן גאנצן ציבור אין אלע זייטן פון ביהמ''ד. מען האט געענדיגט 11:50.
ארום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערשה"ט בהיכל השלחנות.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחת תורה ברוב שמחה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. הרב מאיר יוסף גראס שליט''א (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיית אך שמח' און געטייטשט אז דורך די 15 סעודות פון יו''ט סוכות און שמיני עצרת ווערן אידן געפטר'ט פון אלע צרות.
ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. מען האט געענדיגט 2:40.
יום שמיני עצרת
שמיני עצרת אינדערפרי ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד. פסוקי דזמרה: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג, צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג און הר''ר סיני טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דביהמ''ד בית שמואל שכונת דברי חיים בקר''י.
עליות. כהן: הרה''ח ר' יואל ברא''י קאהן הי"ו (וומסב''ג). לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. רביעי: ר' ישראל חיים גליק הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' קלמן אליעזר סאפדי הי''ו.
ר' אייזיק כהן הי''ו.
ר' משה ברא''ש סטראלאוויטש הי''ו.
ר' קלמן אליעזר רובינשטיין הי''ו.
ר' מרדכי ברי''ה שווארץ הי''ו.
ר' שמעון ברנ''ד שווארץ הי''ו.
ר' יואל ברש''י רייך הי''ו (דזשערסי סיטי).
הגבה דעם ערשטן ספר: הרה''ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי''ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל בר''י בערנאטה הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו (וומסב''ג). הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי''ו. גלילה: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי''ו.
צוליב די גרויסע געדרענג פון די שווערע טויזענטער אנ''ש ביים אריינקומען נאך יזכור איז דער רבי ארויסגעגאנגן אנצוטוהן דעם קיטל צו תפילת גשם נאך פאר יזכור.
אויך איז אהערגעשטעלט געווארן אזוי ווי יו''ט שבועות א נייע סדר בהסכמת רבינו שליט''א, און איז אויסגעשפרייט געווארן ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס און אריין אויפאיינמאל.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די תפילה פאר גשם, לדוד מזמור און קדיש, משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט אויסגערופן משיב הרוח ומוריד הגשם.
רבינו שליט''א האט געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות.
פתיחה צו גשם: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' עזרא דוד כאירה שליט''א דומ''ץ קהל חרדים ארגענטינע. מען האט געענדיגט ארום 3:00.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו קידוש אין די סוכה הגדולה כנהוג. דער רבי האט קידוש געמאכט און האט טועם געווען פון מזונות קינדל און פיש.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וביום השמיני עצרת תהיה לכם' שמיני עצרת איז מיוחד צו מתפלל זיין אויף צרכי עצמו, צרכי עצמו איז נאר אזאך וואס בלייבט איבער פאר א מענטש אויף שפעטער, פארדעם איז עס מסוגל פאר פרנסה פאר אידישע קינדער וואס ניצן די געלט אויף צרכי רחניות. מען האט געענדיגט ארום 3:30.
נאכמיטאג ארום 6:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפילה: משב''ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה זיך געזעגענען פון די סוכה.
מען האט געזינגען ניגוני יו''ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חברה קדישא כנהוג און דעם גאנצן ציבור אלפי אנ''ש, און געמאכט א ברכה אויף א עפל.
מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות און הגלה נא.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן חרוז 'הגלה נא' מצוות סוכה איז משפיע רחמים וחסדים מגולים מען זאל עס זעהן מיט די אויגן, מען דארף אריינברענגן די קדושה פון מצוות סוכה אין שטוב אריין, און דערמאנט מען דארף געבן א שבח והודאה פארן אייבערשטן עס איז ב''ה געווען א שיינע יו''ט מען האט געקענט עסן און שלאפן אין סוכה בלי הפסק אזוי זאל זיין א גאנץ יאר חסדים בלי הפסק און מסיים געווען בברכות לרוב.
נאך די תורה האט רבינו שליט''א געווארפן עפל א לענגערע צייט, כמנהג רביה''ק בעל ברך משה זיע''א ולמעלה בקודש מרן הדברי חיים זיע"א, און דערנאך געזאגט ברגש די תפילה כשיוצאים מן הסוכה און די יהי''ר, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים באש קודש, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בשמחה של מצוה זיך צו געזעגענען פון יו''ט סוכות.
דער רבי איז ארויס פון די סוכה ברקודי קודש און אריין אין ביהמ''ד און ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, אנגעליינט אויף הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א און הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 7:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
