בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ח מרחשון תשפ"ה11/19/2024

באריכט
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר יודא פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישראל משה בערקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 4:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

אינטערוועגנס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין ב''פ צו די שמחת החתונה פון אן אייניקל פון מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א החתן בן בנו הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דבית מדרשינו תפילה למשה ב''פ חתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.

ביים אנקומען אין ב"פ ארום 7:00 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם משה לעווי ע"ה. דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא צו די חתונה, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים המחותנים שליט''א און ס'האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.

ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי שלמה זלמן אונסדארפער שליט"א אדמו"ר מזלאזיץ פון ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️