בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ט מרחשון תשפ"ה11/20/2024

באריכט
מיטוואך פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יודא פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו הגה''ק האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יקותיאל ישכר דוב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר פנחס יואל פריינד הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר פישל קויפמאן שליט"א - הרה"ח ר' משה נתן נחום ראזענבערג הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' חיים הערש כהנא הי"ו - הרה"ח ר' ישראל ענגלענדער הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך זיין שווער הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגע וואך בבית מדרשו 'ביהמ"ד בית אהרן' אין וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כתיבת ספר תורה און עניני נשואין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליטא פאר בנו הגה''צ ר' הערש אלימלך ט"ב שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ, פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פאר די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 8:30.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אראפשפאצירט און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי 'ביהמ"ד ישראל שלום' דקהלתינו הק' און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין שכונת ויואל משה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:35 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ל גרינפעלד הי"ו - הרה"ח ר' ליפא ברא"י סאנדעל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️