מוצש''ק איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער דינער לטובת די הייליגע 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 12,500 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אינעם גיגאנטישן בית רחל אודיטאריום מיט אירע צוגעלייגטע גאלעריען במעמד אלפי תושבי העיר קר''י בראשות מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
ארום 10:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דינער. דער יושב ראש הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו האט ממשיך געווען און אויסגערופן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו צו איבערגעגעבן דעם דבר המוסדות.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה צום ערשט בדברי אגדה אויף די סדרה, און דערנאך ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גרויסע הצלחה פון 'מוסדות קרית יואל' וועלכע איז די גרעסטע מוסד איבער דער גארער וועלט בכמות ובאיכות! מיט אירע אריבער 12,500 תלמידים ותלמידות, און ארויסגעברענגט לשבח פון אלע חלקים פון די מוסדות ובפרט די נייע איינפיר פון די מלבושי צניעות ביי די תלמידי בית רחל, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע עקזיסטירנדע 18 בנינים אדירים, און איבער די צוויי נייע מבצרים אדירים וואס מען האלט אינמיטן בויען פאר די בית רחל און פארן תלמוד תורה, און געזאגט אז איך האב אליינס געקויפט א כתה אינעם בנין און מעורר ומעודד געווען אנ"ש זיך אנצושליסן אלס אן שותף און אויך קויפן א שבת דירה מען זאל קענען ענדיגן בויען די בנינים.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון שטאט 'קרית יואל', די צענטער פון שטאט און סיי אין 'קרית יואל המורחבת' ווי עס בויען זיך און עס וועלן זיך בויען במשך די קומענדיגע יארן טויזענטער דירות, קיינער דארף זיך נישט זארגן אז ער וועט נישט האבן קיין דירות פאר די קינדער, און דערביי מחזק געווען די תקנה וואס מען האט מתקן געווען אז די פרייז זאל נישט זיין מער ווי $300 א סקווער פיס, און מען טוט ווייטער פעולות אז דאס זאל ווערן א מציאות ביי אלע דירות בלי יוצא מן הכלל, מען זאל האבן שכל און אויסווארטן ביז די פרייזן וועלן זיך סטאביליזירן, און דערביי אויפגעפאדערט ביי די דירות אין קרית יואל המורחבת ווי די פרייזן פון די קרקעות זענען סאך ביליגער טאר מען נישט בעטן מער ווי $250 א סקווער פיס! און בקרוב ווען מען וועט אנעקסירן די שטחים צום ווילעדזש אין קר"י וועט מען נאר נעמען שטחים פון מענטשן וואס שטעלן זיך צו און פארקויפן נישט פאר טייערער וויבאלד עס איז נישט קיין יושר צו ארויסרייסן געלטער פונעם ציבור, במילא זאלן די אינוועסטירער דאס נעמען אין באטראכט און נישט קויפן יעצט קיין קרקעות פאר טייער וויבאלד דאס וועט נישט זיין ווערד אזויפיל אין עטליכע יאר ארום. לסיום דבריו האט דער רבי מעורר געווען זיך צוגרייטן צום הייליגן יו"ט חנוכה און אדורכלערנען די קדושות לחנוכה אין ספה"ק קדושת לוי אזוי ווי דעם פארגאנגענעם יאר, וואס דורך דעם קען מען שפירן א טעם אינעם יו"ט און אין די הייליגע מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואנטשן פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
ארום 1:00 איז דער רבי ארויס פארנט פון ביתו נאוה קודש ווי עס איז אריבערגעפארן די מטה פון בנש"ק הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל מפארי קהלתינו הק' מאנסי און דער רבי האט מלוה געווען די מטה ביזן עק גאס.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
