בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגט"ו כסלו תשפ"ה12/16/2024

באריכט
זונטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר לוי יצחק לעווי הי"ו.
- ב"ר משה אברהם ווייס הי"ו.
- ב"ר יוסף רפאל האפער הי"ו.
- ב"ר יצחק הערשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר אביגדור בלייך הי"ו.
- ב"ר יחזקאל שרגא מויזקאפף הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:15 איז דער רבי אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה, אריין אין אהל און געצינדען די ליכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביי ציון אמו הרבנית ע"ה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יצחק פאגעל הי"ו - הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש מיט אלע שמשים און אייגענטומערן פון די וויין שטיבלעך פון די בתי מדרשים אין קר"י, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר וועד הכשרות קרית יואל וועלכע האט ארויסגעברענגט די פראבלעמען און מכשולות וואס מאכן זיך כסדר און די לעזונג וואס וועד הכשרות וועט אוועקשטעלן בפקודת רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק והדרכה און אראפגעשטעלט תקנות וועלכע הכשרים און וויינען און ברוינפענס עס קען ווערן פארקויפט אין קר"י, און ארויסגעברענגט דעם אחריות וואס ליגט אויף די שמשים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הר"ר יצחק וואלף גרינוואלד שליט"א - הר"ר שלמה אלי' ווייס שליט"א.
- הרה''ח ר' סנדר משה קליין הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"א ברוין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 484