בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךח' טבת תשפ"ה1/8/2025

באריכט
מיטוואך פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' דוד יודא האלפערט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' מאיר פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יואל קויפמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 11:30 איז דער אריבערגעפארן קיין מאנסי צו די לויה פון הרבנית ע''ה אשת חבר פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועלכע איז פארגעקומען ביים ביהמ"ד הגדול דק"ק וויזניץ אין מאנסי, דער רבי האט אויסגעווארט ביים מאכן די הקפות און דערנאך באגלייט די מטה אויפן וועג צום בית החיים.

אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריבער געקומען בקו''פ בביתו נאוה קודש חברי וועד הכשרות קרית יואל אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' מיכאל דוב הי"ו ואחיו ר' נתן מרדכי הי"ו ממשפחת הערצאג הנכבדה, די בעלי בתים פון די 'קדם' פירמע וועלכע פראדוצירט און ברענגט אריין קיין אמעריקע פילע וויינען און ברוינפנס, אינאיינעם מיט הר"ר נחום ראבינאוויטש שליט"א פון די OU כשרות ארגענעזאציע און עטליכע עקספערטן און מבינים אויף וויין און ברוינפן פון די קדם פירמע, וועלכע זענען געקומען אויסשמועסן און זיך נאכפרעגן וויאזוי זיי קענען נאכקומען די כשרות סטאנדארטן וועלכע רבינו שליט"א האט אוועקגעשטעלט אין קרית יואל, און עס איינפירן אויף די פילע וויינען און ברוינפנס וואס זיי פראדוצירן און ברענגען אריין.
מען האט אויסגעשמועסט פאר קרוב צו אנדערטהאלבן שעה פולע פרטים און דעטאלן פון אלע מיני ברוינפנס קלארצושטעלן וועלכע זאכן און וועלכע כשרות סטאנדארטן עס ווערן פארלאנגט כדי א זאך זאל קענען פארקויפט ווערן אין קרית יואל, צווישן אנדערע האבן עטליכע מבינים פון די פירמע פארגעשטעלט דעטאלן איבער וויאזוי פילע ברוינפנס ווערן געמאכט, ביים פארענדיגן די אסיפה האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי בתים און אלע אנוועזנדע.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' הלל הירש הי"ו - הרה"ח ר' יודא מאשקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות איז דער רבי אריבער בבנין הבית רחל בנין הירש ג"ב לאנדא ווי עס קומט פאר די לימודים דורך מתמידים רץ למשנה, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א - הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו.
- הרה''ח ר' אברהם גברא הי"ו - הרה"ח ר' מרדכי טוויל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 539