בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט' טבת תשפ"ה1/9/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חנני' לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה יאקאב הי"ו.
- ב"ר יעקב יוסף האפמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר משה טייכמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ת"ת 'בנין קליין' צום מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די קרוב צו 450 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, הר"ר פישל קויפמאן שליט"א, און הר"ר יואל האלפערט שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען קורצע דברי ברכה ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן לערנען משניות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און פאר אלע מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, דערנאך האבן די קינדער פארגעזינגען דעם 'ואני' בשעת דער רבי הערט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין אין איינע פון די עלטערע כיתות ווי דער רבי האט פארהערט די קינדער אויף די לימודים מיט גרויס הנאה.

נאכמיטאג ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו היושב ע"פ אחותו ע"ה.

דערנאך איז דער רבי געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א ובניו החשובים און גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א היושבים ע"פ אשתו /אמם /אחותו הרבנית מוויזניץ מאנסי ע"ה.
דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי ארום 5:15, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית וויזניץ און איהעל. ארום 5:45 האט דער רבי פארלאזט דאס ביהמ"ד און אהיימגעפארן קיין קר"י.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז נאך 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' לוי יצחק געשטעטנער הי"ו - הרה"ח ר' שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️