מיטוואך פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער נעמען ביי א כתובה און איבער מקוואות אין אייראפע פאר די מלחמה.
פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
