דאנערשטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
- פתיחה: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.
- ראשון: הר"ר פנחס שלום ראטענבערג שליט"א בן האדמו"ר מקאסאן ב"פ שליט"א.
- שני: הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב קר"י.
- גלילה: הרה"ח ר' יושע העשיל וואגשאהל הי"ו.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די מצוה פון כתיבת ספר תורה.
פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
