בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגט"ז שבט תשפ"ה2/14/2025

באריכט
אֲשֶׁר פִּרְיוֹ יִתֵּן בְּעִתּוֹ וְכֹל אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה יַצְלִיחַ.

אין די היינטיגע נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א רייך-עלעגאנטע מסיבה אין שטוב פון הרבני הנכבד המפואר מוה"ר חיים הערש אבערלענדער הי''ו מנהל בית השחיטה אין קרית יואל, מיטן ציהל אהערצושטעלן דעם אסטראנאמישן סכום פון צוויי מיליאן דאלאר צו קענען גומר זיין דעם בנין בית רחל לבנות - בית פיגא שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק יע"א.

דער פראכטפולער בנין וואס מרן רבינו שליט"א האט זיך אינטערגענומען צו בויען בעיר בני ברק בשנת תשע"ד שטייט שוין אט אט ביים גמר, און כדי דאס צו פארענדיגן אז דאס זאל קענען זיין אין באנוץ נאך דעם קומענדיגן שנת הלימודים הבעל"ט, זענען אפיר געקומען די שותפים לדבר מצוה הרבני הנגיד מוה"ר חיים הערש אבערלענדער הי''ו ואתו עמו הרבני הנגיד מוה"ר יואל בערנאטה הי''ו וועלכע האבן גענומען אויף זיך דעם עול אהערצושטעלן די פראכטפולע מסיבה צו קענען טראגן ווייטער און פארענדיגן גענצליך דעם בנין מפואר ביז צום חנוכת הבית וואס ווערט געפלאנט ביי די גרויסע נסיעה קיין ארה"ק בראשות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בקרב הימים.

כ"ק רבינו שליט"א האט מפאר געווען בראש המסיבה גאר א לאנגע צייט און מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, ווי ס'זענען זיך צוזאם געקומען נדיבי לב קרואי מועד אנשי שם מיט גרויסע באשטייערונגען לטובת דעם גמר הבנין.

אין די לעצטערע וואכן האבן די מסדרי המסיבה אריינגעלייגט כוחות נמרצות אז די מסיבה זאל געקרוינט ווערן מיטן מאקסימאלסטן סוקסעס וחפץ ה' בידם הצליח צו שאפן קרוב צו צוויי מיט א האלב מיליאון דאללאר אין צוגאב צו די מסיבה ביום א' ויחי העעל"ט דורך די עסנים ונגידים חשובים הרבני הנגיד מוה"ר יואל ברא"ש שווארץ הי"ו ואתו עמו הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל שרגא בר"א בראך הי"ו. און בעז"ה אינאיינעם וועט מען קענען גומר זיין דעם מלאכת הבנוי' און מחנך זיין דעם בנין מפואר בקרוב בס"ד לשם ולתפארת.

גָּדוֹל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבַּיִת הַזֶּה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע