בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ד שבט תשפ"ה2/12/2025

באריכט
מיטוואך פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חיים פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם ברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם משה ווידער הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלום יצחק שעהר הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יוסף לעווי הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יחזקאל צבי מענדלאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל צבי מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יושע שמואל ווידער הי"ו.
- ב"ר נפתלי משה שניטצלער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' שלום משה עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"מ פעלבערבוים הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' שמואל מאיר הירש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ירמי' ווייס הי"ו - הרה"ח ר' דוד מרדכי אונגאר הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופה איז דער רבי ארויף אינעם גני קליין זאל צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט החתן בן בנו הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם זאל.
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס בהלכה און איבער פארשידענע מנהגי חמשה עשר בשבט און מנהגי נשואין ביי רבותינו הק' בעל דברי יואל און בעל ברך משה זיע''א, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון אתרוג קאמפאט, געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן זיידן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן און עקסטער מיטן חתן און מיטן דיין שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רבי איז אריבער אין ביהמ"ד הגדול און אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם במעמד אלפי אנ''ש, דאס ביהמ"ד הגדול איז געווען אנגעפולט מן הקצה אל הקצה, און די מיטעלסטע טיש איז געווען הערליך אויסגעלייגט מיט ביימער פון פירות לכבוד חמשה עשר.

במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעורורות ונגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און מען האט אויפגעגעבן פירות דער רבי האט געמאכט א ברכת העץ אויף א טייטל און טועם געווען פונעם אתרוג.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען 5 מאל דב"ק ווען אינצווישן האט מען געזינגען ניגוני התעוררות.
ערשטע תורה: אויפן פסוק 'הללו את ה' מן השמים' און געטייטשט אז פונקט ווי א יעדע פרוכט אדער בארג וכו' האט נישט קיין טענות פארוואס ער איז אזוי באשאפן געווארן און איז נישט מקנא א צווייטע, די זעלבע דארף יעדע מענטש וויסן אז ער האט זיין תפקיד אויף דער וועלט און לויבן הקב"ה אויף זיין תפקיד, חמשה עשר בשבט איז מען מתפלל אויף א אתרוג נאה, אתרוג איז דומה ללב, מען איז מתפלל אז מען זאל האבן א לב טהור א ערליכע און ריינע הארץ. און די משוררים האבן ממשיך געווען צו זינגען 'לב טהור ברא לי'.

צווייטע תורה: חמשה עשר בשבט איז געווען עלתה במחשבתו לבראו העולם, מען איז מרבה בפירות וואס איז א רמז אויף די תורה וואס איז פירות פון אילנא דחיי, אז אידישע קינדער זענען מקושר צו די תורה איז מען א בעל חי ווערט מען נישט נדחה במילא ניצט תשובה, מען דארף מתפלל זיין מען זאל מרגיש זיין די מתיקות פון לימוד התורה. און די משוררים האבן ממשיך געווען מיטן ניגון 'והערב נא'.

דריטע תורה: חמשה עשר בשבט איז געווען עלתה במחשבתו לבראו העולם, מען איז מרבה בפירות און מען איז מתפלל אז מען זאל האבן ערליכע פירות ערליכע דורות, הקב"ה איז מצרף פאר א מענטש אלע מעשים טובים פון אלע זיינע דורות, במילא איז נישט דא די טענה פון די מלאכים. און די משוררים האבן ממשיך געווען מיטן זמר 'ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים'.

פערטע תורה: חמשה עשר בשבט איז געווען עלתה במחשבתו לבראו העולם, מען איז מרבה בפירות צו ווייזן אז מען קען אויך דינען הקב"ה מיט אכילה ושתיה במילא איז קרוב לשכר יותר מלהפסד איז נישט דא די טענה פון די מלאכים.
נאך א אופן, מען איז מרבה בפירות צו ווייזן אז אונז זעמיר מרבה במצות אפילו וואס איז נאר מדרבנן במילא איז קרוב לשכר יותר מלהפסד, אויף מצות דרבנן איז יא דא שכר אויף די וועלט, מען איז מרבה בפירות הקב"ה וועט יא געבן שכר בהאי עלמא און משפיע זיין כל טוב פאר כלל ישראל, און נאכגעזאגט פון הרה"ק ראדמישלא רב זצ"ל אז 'חמשה עשר בשבט' איז בגי' 'שלח רפואה שלימה לחולי עמך' יעצט ווען מען איז מרבה בפירות אז אידישע קינדער זענען מקיים אלע מצוות דרבנן, איז מעורר אז הקב"ה דארף אויך איינהאלטן די מצות דרבנן, די חיובי בעל לאשה וואס איז 'לרפאותה' און איז מחיוב צו שיקן רפואות פאר כלל ישראל. און די משוררים האבן ממשיך געווען מיטן זמר 'אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמך'.

פינפטע דב''ק: דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו מ'זאל קענען מרבה זיין בפירות אין לימוד התורה וקיום המצוה, און זען פירות מתוקים תענוג ונחת פון די קינדער און אייניקלעך. און ממשיך געווען אז מען דארף אפגעגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת פארן געבן די זכי' צו טון גוטע פעולות בנוגע די פרייזן פון די דירות אין קרית יואל, און געבעטן א תפילה לעתיד, און געזאגט אז בעזרת השי"ת וועט מען שטיין על המשמר די תקנות זאלן אויסגעפירט ווערן מערסטענס 300 א סקווער פיס אין קרית יואל, און 250 אין קרית יואל המורחבת, און שארף אויפגעפאדערט אלע וואס זענען עוסק אין דעם נישט צו מאכן קיין חכמות. און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע הצלחה וואס מען האט געהאט מיט די נייע מלבושי צניעות פאר די תלמידות בית רחל, און ארויסגעברענגט די גרויסע עבודה און דגוש וואס הרה"ק רבי ר' מענדל'ע מרימנוב זיע''א האט געלייגט אויף גיין געקנעפלט רעכטס אויף לינקס, און געמאלדן די בשורה מרנינה אז נאכן רעדן צו די סוחרים און בעטן און אויפפאדערן זיך אריין צו לייגן צו קענען אהערשטעלן אויך די קינדערישע בגדים פון רעכטס אויף לינקס און בעז"ה אויף פסח וועט שוין זיין צו באקומען בגדים פאר קינדער רעכטס אויף לינקס, מגביר צו זיין ימין וואס איז חסד, על שמאל וואס איז דינים.
דערנאך האט דער רבי ארום גערעדט איבער די כלים צו הערן מוזיק און דרשות, וואס ברענגט גרויסע מכשולות, און אויפגעפאדערט אלע עלטערן נאר צו קויפן די נייע כלי מיט א הכשר, וואס איז אהערגעשטעלט אז מען זאל דאס נישט קענען נוצן פאר עפעס אנדערש.
ביים סוף מעורר געווען אנ"ש צו לערנען קדושת לוי לפורים אלץ הכנה דרבה צום קומו וקבלו, און מסיים געווען ברוב ברכות, און נאכגעזאגט פונעם זרע קודש אז חמשה עשר איז אותיות שער שמחה, השי"ת העלפן עס זאל זיין אפן די שערי שמחה פאר אלע אידישע קינדער, מיט פרנסה בהרחבה גדולה.

מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 11:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️