בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ט שבט תשפ"ה2/27/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת תרומה כ"ט שבט יומדהל"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלעזר גאנדעל הי"ו.
- ב"ר אברהם יואל שווארטץ הי"ו.

דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם' און געטייטשט אז די ברען און התלהבות וואס צדיקים לייגן אריין אין א מצוה איז משפיע פאר די שפעטערדיגע דורות, און ממשיך געווען איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זיע''א וואס זיין השפעה איז נאך דא ביז היינט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת אינדיג היושבים ע"פ אמם ע"ה אלמנת הרה"ח ר' נפתלי אינדיג ע"ה.

ארום 4:45 איז דער רבי אריבער אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף דרכי התורה פון מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' שאול פערלשטיין שליט"א.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלמה קטינא שליט"א ר"מ בישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'זה יתנו כל העובר על הפקודים' און געטייטשט אז ווען א צדיק איז משפיע א ישועה איז עס נישט נאר פאר זיך נאר אויך פאר די שפעטערדיגע דורות, און ממשיך געווען איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זיע''א, זיין הרבצת התורה לתלמידים, זיין יראת שמים, זיין כח הנהגה, און דערציילט עטליכע סיפורים, און ארומגערעדט בשבח הישיבה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, נאכן בענטשן האט דער מנהל שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט און דער רבי האט פארטיילט פאר די בחורים ספר החדש ברך משה על סוגיות הש"ס, מען האט געענדיגט ארום 6:00.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' חיים אלעזר הורוויץ הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ציון עובדי' מאסרי הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון פילמער גארדענס צום סיום הש"ס דורך האברך ר' יעקב וואלף ב"ר יו"ט בערגער הי"ו חתן הרה"ח ר' אלימלך דייטש הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' צבי הירש פיש שליט"א אדמו"ר מזידטשוב פרעמיסלא מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער זיין ישיבה אין מאנסי און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו - הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️