דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים ברש"א ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יצחק יואל שטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אהרן משה שווארטץ הי"ו.
- ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יואל בר"י ביטמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' הלל ברא"מ ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש אבערלענדער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' לוי יצחק געשטעטנער הי"ו און הרה"ח ר' שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אין די נייע סופרים שטובער פון 'איגוד הסופרים' שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע איינריכטונגען און געהערט א באריכט פון הר"ר מאיר ברש"ל זאלדאן שליט"א און הר"ר יואל ברי"ע מארקאוויטש שליט"א איבער די פילע פעולות פון איגוד הסופרים ווי עס זיצן אריבער דרייסיג סופרים און בודקים און שרייבן מזוזות,
דער רבי איז ארום אין אלע שטיבער פון די סופרים און דערביי קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די נייע שטיבער, דער רבי האט אויסגעדריקט א שטארקע הנאה פון די פעולות לטובה פון איגוד הסופרים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע סופרים און די ראשי המפעל.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה מחנה אפרים פון לעיקוואד, דער רבי האט פארהערט די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים, דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי
דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הר"ר ישראל ארי' בערקאוויטש ז"ל און הר"ר חיים משה אלימלך כ"ץ שליט"א.
- הרה"ח ר' אברהם מנחם גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' הערשל טריכטער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
