בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ' מנחם אב תשפ"ה8/14/2025

באריכט
מיטוואך פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די בריתן:
- לבן הנולד אצל ר' יודא אשר ברמ"ל ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ירחמיאל ברמ"ל ראטה הי"ו - ב"פ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא בר"פ בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך ארום 9:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין מחנה רב טוב - בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, צו דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' פון וומ"ס און ב"פ.
דער רבי איז אנגעקומען אין קעמפ ארום 10:50, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די הנהלת המחנות מוה"ר מרדכי ווייס ובנו ר' אהרן הי"ו וועלכע באגלייטן דעם קעמפ מבואו ועד צאתו.

דער רבי האט געלייגט תפילין אין ביהמ"ד, און דאן האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ברמ"ל לאנדא הי"ו.
- ב"ר פנחס צבי מארקאוויטש הי"ו.
בעל תפילה: הב' בהר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל - מאנסי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שכינות צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו אויף פת שחרית.

ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צוריק אינעם קעמפ ווי דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, אהנגעהויבן אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי מוסדותינו הק' פון וומסב"כ בהנהלת הר"ר יודא בער טעללער שליט"א, ווי דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן און האט פארהערט און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם ביהמ"ד פון תלמידי מוסדותינו הק' אין ב"פ בהנהלת הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, ווי דער רבי האט פארהערט און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אין די ביהמ"ד פון די וומסב"גער תלמידים ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט אלע בחורים אינאיינעם בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים און מרביצי תורה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש פאר די בחורים, ובפרט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען וואס איז א בחינה פון מסירת נפש, און אזוי אויך שטארק מעורר געווען די בחורים שטארק נזהר צו זיין נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין,
דערביי האט דער רבי מעורר געווען די בחורים אדורכצולערנען די פירוש המילות פון די לשם יחוד להנחת תפילין און פון אהבה רבה און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
מען האט געענדיגט ארום 3:15.

ארום 3:30 איז דער רבי אנגעקומען צום מחנה רב טוב - אינגל קעמפ פון די תלמידי מוסדותינו הק' כתות ו' ז' ח' פון וומסב"ג און ב"פ, אין מאנטיסעלא ניו יארק.

דער רבי איז ארומגעגאנגען אין אלע פיר בתי מדרשים, אהנגעהויבן ביי די בתי מדרשים פון די וומסב"גער תלמידים, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א,
און דערנאך ביי די בארא פארקער תלמידים, בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א.

אריבער א שעה צייט האט דער רבי ארומשפאצירט צווישן די קינדער זיך אומקוקנדיג ווי אזוי זיי לערנען, און זיך מפלפל געווען מיט די קינדער אין די לימודים. בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי עקסטער באגריסט די אייניקלעך און נכדי אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע"א תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו זיע"א.

אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין צו די גאנץ קליינע קינדער מתושבי המחנה,
די קינדער האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט געגעבן ממתקים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט אלע קינדער אינאיינעם בחדר האוכל, ווי די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עטליכע קינדער האבן פארגעזינגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון לימוד התורה ובפרט פון תשב"ר, און פארענדיגט בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 5:30 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ.

ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט באשיינט דעם מעמד החופה ביים שמחת החתונה פון נכדת גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הכלה בת לנכדו הר"ר צבי אלימלך טווערסקי שליט"א חתן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א. דער רבי האט אויסגעווארט ביז נאך די חופה און ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, פארן חתן און מחותנים, און פאר די חשוב'ע אדמורי"ם ורבנים שליט"א, צווישן אנדערע פאר די זיידע האדמו"ר מלויעוו טשערנאבל שליט"א, האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א, און האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.
פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יחיאל קאללער הי"ו און הרה"ח ר' שלום יוסף שאפפער הי"ו,
- הרה"ח ר' יחזקאל דוב באנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווייסמאן הי"ו,

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 515