בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגז' תשרי תשפ"ו9/29/2025

באריכט
'תחל שנה וברכותיה'

יו"ט ראש השנה תשפ''ו בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בקרב ק''ק קרית יואל יצ"ו.


ליל יו''ט פארנאכטס ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בהתעורורות רב, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.

נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים דקרית יואל' מיט אירע 1200 לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.

דערנאך ארום 8:20 איז דער רבי צוגעגאנגען צו מערבית, און נאכן דאווענען פארגעזאגט כנהוג 'לדוד מזמור' באש קודש. מען האט געענדיגט ארום 8:55.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכת הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה', און געטייטשט אז עס קומט א ברכה פונעם אייבערשטען אליינס איז שורה די ברכה אפילו בדבר המדוד ומנוי, ויתן ויחזור ויתן עס ווערט נשפע א ברכה כללית און א ברכה פרטיות פאר יעדעם זיין ברכה וואס ער דארף, און דער רבי האט געוואונטשן לכל הקהל הקודש ברכות לרוב, 'לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום' און מסיים געווען מיט א רמז צום נייעם יאר ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם 'ושכנתי' איז בגי' תשפ"ו מען זאל זוכה זיין צום בנין ביהמ''ק השלישי במהרה.
ויענו כל העם בקול 'אמן' ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן ברכת לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און דערנאך געוואנטשן א גוט יו''ט.

נאכן אראפגיין האט דער רבי עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און די אנדערע רבנים, און אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.

נאך קידוש האט דער רבי אויפגעשניטן די רינדעכיגע חלה מיט א נייעם מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און געמאכט א ברכת העץ אויף עפל, איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה, און פארטיילט שיריים פון די עפל פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט מען אריינגעברענגט א ראש כבש, ווי אויך א חלק פון די ראש כבש געשיקט געווארן דורך כ''ק אדמו''ר מסערדאהעלי שליט''א, פון די כבש מיט וואס דער רבי האט מקיים געווען מצות פדיון פטר חמור דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח ווי ער האט געדינט אלץ כהן הפודה, דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, און נאכן טועם זיין געטרינקן לחיים און געוואונטשן 'א שנה טובה ומתוקה א גוט געבענטשט יאר'.
מען האט אריינגעברענגט א קאפ פון א פיש און די מאכלי יו''ט, אין די זופ איז געליגן געקעסטעלטע לאקשן כנהוג, נאך די פלייש האט מען אויפגעגעבן זיסע מייערן און דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שירבו זכיותינו.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ימים נוראים, מיט די זמירות לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען הר"ר מענדל בר"א גראס שליט"א (ב"פ).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז אידן בכל הדורות האבן מיטגעמאכט שווערע צרות און מיט דעם אלעם געבליבן מיט די אמונה שלימה אין בוכ''ע, דאס איז א מליצה ישרה ארויסצוגיין זכאי ביום הדין.

ברכת המזון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️