בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךז' מרחשון תשפ"ו10/29/2025

באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חיים דוד שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי אהרן זגיל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א לרגל שמחת הנחת תפילין פונעם אור אייניקל הב' הבר מצוה אלימלך ני"ו בן נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה ני"ו, און פאר הב' ב"ר אפרים ווייס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס פאר נכדו ני"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר נכדו הרה"ג רב דביהמ"ד רב טוב שליט"א און פאר אלע מרביצי תורה און קינדער, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'למען תהיה תורת ה' בפיך' און געטייטשט אז אויף הידור מצוה איז יא דא שכר מצוה בהאי עלמא, און מעורר געווען די בחורים נישט רעדן מיט די תפילין וואס דאס איז הידור מצוות תפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער בבנין המתיבתא סניף קדושת יואל ווי עס איז פארגעקומען א אויפנאמע פאר די חרדי'שע בארד מעמבערס מטעם די רעגירונג קאלעדזש פראגראם.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ ר' ברוך אברהם הורוויץ שליט"א ראש ישיבת באבוב חתן הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, וועלכע איז געשיקט געווארן מטעם די רעגירונג פאר די רוטינע אויפזיכט אויף די לימודים, דערביי זענען אויך אנוועזנד געווען די מנהלים פון אלע סניפי המתיבתא און די ראשי הכולל פון אלע כוללים דקהלתינו הק' אין ניו יארק מיט די חברי הנהלת המתיבתא.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די פארשטייער, און אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די גאנצע השתלשלות פון די ישיבה מיום הוסדה און די וואוקס און בליה פון די קרוב צו 1,500 תלמידים, און ארויסגעברענגט לשבח פון די אלע מרביצי תורה און די געוואלדיגע גוטע חינוך וועלכע די בחורים ווערן מחונך און העלפט זיי שטארק ארויס אויף די יארן שפעטער, ווי מען זעט טאקע אז קרית יואל איז א שטאט מיט קרוב צו 45 טויזענט נפשות! און עס איז נישט דא קיין איין קרימינאל אדער שיסעריי, און דאס איז אלעס צו פארדאנקן די ישיבה יארן ווי מען איז מחנך די בחורים נאר צו תורה ומצוות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו בשם די הנהלה, און דערנאך האבן די מנהלים און די אנוועזנדע ראש הכוללים יעדער פאר זיך ארויסגעברענגט די פילע פעולות און מסגרת'ן וואס איז דא צוגעשטעלט פאר די בחורים פון אריינקומען אין ישיבה ביז נאך די חתונה. מען האט געענדיגט ארום 1:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בערך אום 2.15 נאכמיטאג האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום די 'אוטיסוויל טורמע' אין אפסטעיט ווי דער רבי האט אפגעשטאט א ביקור חיזוק פאר אחב"י יושבי חושך וצלמות און דערביי גענוצט די געלעגנהייט צו שתדל'ן ביי די אינסטאנצן צו פראבירן פארגרינגערן זייער לאגע וויפיל עס איז שייך.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די ארטיגע הויכראנגיגע באאמטע וואס זיי פארמאגן די פאקטישע מאכט צו שטרענגער און לויזער מאכן די רעגולאציעס און באגרעניצונגען פון די ארעסטאנטן, ווי אויך מיטן טשאפלעין וועלכע גיבט זיך אפ מיט די אידישקייט אנגעלעגנהייטן אינעם טורמע.
עס איז פארגעקומען א זיצונג מיט די באאמטע, ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט זיי פארשידענע אופנים וויאזוי מען קען פארגרינגערן פאר די ארעסטאנטן, און געבעטן די באאמטע מיטצוארבעטן מיט די עסקנים, און פארשפראכן צו ארבעטן אויף אלע אנדערע פראנטן צו פארזיכערן אז זיי שטויסן זיך נישט אן אין קיין ביוראקראטישע, פאליטישע, אדער געזעצליכע שטערונגען.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבה אינעם ארטיגע ביהמ"ד ווי קרוב צו דריי מנינים אידן וואס זענען ליידער יושבי חושך וצלמות האבן ענטפאנגען דעם רבין מיט גרויס שמחה, עס האט אויפגעטרעטן דער טשאפלעין פונעם טורמע הרב רבי חיים שוחט שליט"א מרא דאתרא קהל אנשי ספרד מאנסי.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש מיט שטארקע דברי חיזוק פאר די יושבי חשך, און נאך די דב"ק האט זיך פארמירט א משא ומתן בהלכה מיט די אידן, וואו צווישן אנדערן האבן עטליכע פראבירט צו פארענטפערן די לומדי'שע קשיא וואס רבינו שליט"א האט איבערגעלאזט ביים סיום פון חבורת "יסודי התורה" דקהלתינו הק' פארגאנגענעם זונטאג, און דער רבי האט זיך מפלפל געווען בתורה מיט די אידן.
דערנאך האבן די ארעסטירטע געמוזט פארלאזן די פלאץ צו גיין צו די טעגליכן ציילונג, און דער רבי האט אויסגעווארט אינעם ביהמ"ד ביז עס איז פארענדיגט געווארן, דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט דער טשאפלעין, ווי דער רבי האט זיך פאראינטערעסירט אין די מצב פון די אידן וועלכע זענען ליידער אין טורמע, און וואס נאך מען קען טון זיי ארויס צו העלפן.

נאך די ציילונג זענען די ארטיגע אידן צוריק געקומען, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
צום ערשט האט דער גאנצער אנוועזנדער ציבור אינאיינעם געזינגען אני מאמין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור, דערנאך האבן אלע ארעסטאנטן געהאט די געלעגנהייט צו אריינגיין צו רבינו שליט"א אויף א פריוואטע פארנעם ווי דערביי האט דער רבי יעדעם פערזענליך שטארק מחזק געווען צו קענען ווייטער אנגיין אין אזא שווערע מצב.
נאך עטליכע שעות האט דער רבי פארלאזט די תפיסה נאכן איבערלאזן ברכת קדשו אינאיינעם מיט הויפענעס מיט חיזוק פאר אחב"י היושבים בחושך וצלמות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט די באזוך, און אהיימגעפארן קיין קר"י.

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יושע צבי פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמעון לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 9:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:20.

נאך מעריב איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א שיף הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו.

ארום 9:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד רב טוב בשכונת עצי חיים צום שמחת הבר מצוה פונעם אור אייניקל הב' הבר מצוה אלימלך ני"ו בן הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת בר מצוה, במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הרה"ג רב דביהמ"ד רב טוב שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, און נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני תפילין און לשבח פונעם בר מצוה בחור וועלכע האט מסיים געווען עטליכע מסכתות און אנגעוואונטשן ער זאל קענען מסיים זיין כל הש"ס, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:10.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️