בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגח' מרחשון תשפ"ו10/30/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א


אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נתנאל ברוין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל דעם נייעם זמן. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד מאיר ני"ו בן הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חאלאקע אינגל, פאר די זיידעס הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און פאר די גאנצע משפחה.

אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מראדוויל שליט"א פון מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו ברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר יוסף חיים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברמ"ב שווארטץ הי"ו.

ארום 12:00 איז פארגעקומען בקו''פ א מסיבת לחיים לרגל פתיחת בית מדרשינו החדש אין לינדען וועלכע עפענט זיך אויף דעם שב"ק ברוב פאר והדר, מיט די באטיילוגונג פון הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און ראשי הנהלת הקהילה אינאיינעם מיט פילע אנ''ש תושבי לינדען, דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם רב שליט"א, און דערנאך משמיע געווען דב"ק לרגל פתיחת הביהמ"ד און אויסגעשמועסט אלעס וואס פארלאנגט זיך פאר א חסידישע ביהמ"ד בעניני תורה, תפילה, גמילות חסדים און צניעות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען ברכת קדשו פאר הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען לכבוד המאורע און דערנאך זענען אלע תושבים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 466