בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשט' כסלו תשפ"ו11/29/2025

באריכט
שב''ק פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 3:30 האט דער רבי אנגעטוהן דאס שטריימל פארן אור אייניקל החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קרית יואל המיול"ח הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג חתן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
דער רבי האט אנגעטוהן די שטריימל און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 6:40. און עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל תפארת בחורים וומסב''ג, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית אלעזר שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- כל מקדש הרה"ח ר' בנימין שעכטער הי"ו (חיפה).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אסף אלקים את חרפתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.

- קה אכסוף: נכד רבינו הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

דערנאך האט דער ארומגערעדט לענגערע דב''ק איבער די מצוה פון הפרשת תרומות ומעשרות וואס מען האט געהאט די זכיה צו מקיים זיין די וואך אין ארה"ק צום ערשטן מאל, דער רבי האט אויסגעשמועסט און מסביר געווען פאר די בחורים דעם סדר אין אלע הלכות פון די הפרשה בטוב טעם ודעת.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יצחק יוסף מארק הי"ו (ירושלים).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
עליות.
- כהן: החתן טובי' ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
- לוי: ר' משה אליעזר רובינפעלד הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: החתן יואל משה ב"ר דוד שטוהל הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן יעקב גדלי' ב"ר יוסף הערש מיללער הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן יושע ב"ר דוד משה ניישטאדט הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון דערהויבענע מסע הקודש אין ארה"ק, דערנאך האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' משה יעקב מאסרי הי"ו.
- ר' וואלף בער ליכטענשטיין הי"ו.
- ר' אברהם יצחק גרינפעלד הי"ו.
- ר' יוסף אשר גאטליעב הי"ו.

- שביעי: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.
- הוספות: החתן משה יואל ב"ר אליעזר טעללער הי"ו.
- החתן ב"ר יצחק אהרן האלענדער הי"ו.
- אחרון: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.

ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדי רבינו בת הנולדה אצל הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ארה"ק, און די שמחת הקידושא רבא לבת הנולדה אצל הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ב"פ.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו.
- כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית דוב.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו (מאנסי).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט אויפן פסוק 'אכן יש ה' במקום הזה' און געטייטשט אז ווען עס איז דא עובדי ע"ז אין ארץ ישראל ובפרט אויפן מקום המקדש איז דא א רצועה יוצאות מארץ העמים און עס איז נישט דא דארט קיין קדושת ארץ ישראל, און נאר אזוי פארשטייט מען וויאזוי עס קען זיין אזא מקום טומאה אויף אזא מקום קדוש ביים מקום המקדש, און ארומגערעדט בדברי רגש וגעגועין בקול בוכים אז מען פארט קיין ארץ ישראל און מען זעט עס צו מיט די אייגענע אויגן שועלים הלכו בה, אוי לעינים שכך רואות אויפן מקום המקדש שמשם יראה יוצאות לעולם, דארט איז געווען די עקידת יצחק, דארט האבן יצחק און יעקב מתפלל געווען, דארט האט די שכינה גערוט בזמן שביהמ"ק קיים, און ליידער זעט מען אזא מקום טומאה אויפן פלאץ, מען האפט און מען איז מתפלל עס זאל בקרוב זיין ותבנהו מהרה ותגדל כבודו בביאת גואל צדק בב"א.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו (וומסב''ג)
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:25.

ארום 9:30 האט זיך דער רבי אריינגעפארן קיין ב"פ צום דינער השנתי 'אהבה רבה' לטובת מוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי'.
ביים אנקומען אין ב"פ האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אנטשיל ב"ר יצחק גאלדבערגער ע"ה.

דער רבי איז אנגעקומען צום דינער ארום 11:00 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו אויפגערופן דעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו צו משמיע זיין די דבר המוסדות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו' און ארומגערעדט איבער די נסיעה קיין ארה"ק פון ווי מען האט זיך נארוואס צוריקגעקערט, און ארויסגעברענגט די שטארקע קורת רוח פון זיך באגעגענען מיט די חשובע בני עליה ותלמידי חכמים מפורסמים וואס זענען אין די בחינה פון 'עולים', אבער מען האט אויך געזען די 'יורדים' די בחורים פון חוץ לארץ וועלכע לערנען אין ארץ ישראל און דרייען זיך אין די דארטיגע גאסן בייטאג און ביינאכט, מען דרייט זיך אויף הפקר אין אלע פלעצער און אויף אלע שמאלע גאסן אנשים נשים וטף, און דאס דארף יעדער איד וואס שיקט זיינע בחורים לערנען אין ארץ ישראל וויסן די סכנה וואס דאס איז בגשמיות וברוחניות.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און געזאגט אז אינו דומה שמיעה לריאה, ביז יעצט האט מען געהערט פון די גזירה און יעצט האט מען צוגעזען די פחד אין וואס מען לעבט דארט יעדע בחור און אינגערמאן און אזוי אויך די עלטערן אויף די קינדער מען זאל ח"ו נישט ארעסטירט ווערן רח"ל.
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' אין ב"פ, די ת"ת די בית רחל די ישיבות קטנות בעיר ובחוץ לעיר און די ישיבה גדולה, און אויפגעפאדערט אנ"ש צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאכן דינער איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם הערליכן לאקאל פון ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' בראשות הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א און בנו הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן רב שליט"א און פאר די מתפללי ונדבני הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 12:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️