בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי' כסלו תשפ"ו11/30/2025

באריכט
זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן פאר די 'תאומים' לבן הנולד אצל ר' יואל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר חיים משה לעוו שליט"א.
- ב"ר אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
- ב"ר אלי' שפיטצער הי"ו.
- ב"ר דוד קליין הי"ו.
- ב"ר יחזקאל שרגא הירש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 4:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד משה ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' שמעון שנעבאלג שליט"א רב שכונת הר שמואל בארה"ק בן האדמו"ר מזידיטשוב ב"ב שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר פישל ברי"צ סופר שליט"א און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א.
- הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בריח ביקעל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️