בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגא' שבט תשפ"ו1/19/2026

באריכט
מאנטאג בא - ר"ח שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות.

- פתיחה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו (קר"י).
- בעל קורא: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' אלחנן יאקאבאוויטש הי"ו (קר''י).
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו (קר''י).
- גלילה: הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו (קר''י).

- מוסף: הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א.

אין די נאכמיטאג שעות, בערך 4 אזייגער, איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבענדיגע האט ספרינגס געגענט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 654