דינסטאג בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זיע''א.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר''י).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן רבי ר' זושא זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
אין די נאכמיטאג שעות בערך אום 5 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע געפינט זיך אויך אין פאלם ספרינגס למנוחה, ס'האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בעניני כשרות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה. פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
