בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשו' שבט תשפ"ו1/24/2026

באריכט
שב''ק פרשת בא - הילולא קדישא פון הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס יצ"ו

אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'.

ערש''ק נאכמיטאג פאר די שקיעה הנראית ארום 4:00 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד זיך מתעטף געווען מיטן טלית און צוגעגאנגען צו מנחה.
במשך דעם שבת איז דער רבי צוגעגאנגען צו אלע תפילות און געזאגט די קדישים לרגל די הילולא קדישא, הבו לה' האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק כנהוג.
מען האט געענדיגט ארום 7:20, דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט שבת.
אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים שאטער אינעם חצר הביהמ"ד וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' ווי זיי האבן געגעסן די סעודות, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און די בחורים האבן געזינגען די זמירות און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, נאך א שטיק צייט האט דער רבי געוואונטשן א גוט שבת פאר אלע בחורים און אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ארום 9:50 האט מען געעפענט די טיר בביתו נאוה קודש צו די זמירות ודברי תורה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט''א.
- מנוחה ושמחה: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושחטו אותו כל קהל עדת ישראל בין הערבים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוות צריכות כוונה.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ''ד רב טוב.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק העצי חיים זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק ו' שבט.
- קה רבון עלם: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ).
- אז ביום השביעי: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

וביום השבת


שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און שחרית, דער רבי האט געזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק, כנהוג.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ירחמיאל ביטמאן הי"ו (קר"י).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר יודא בער טעללער שליט''א.
- בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו (קר"י).
- שלישי: הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א.
- רביעי: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט''א.
- חמישי: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט''א.
- הוספות: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט''א (מאנסי).
- נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א.
- אחרון: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו (מאנסי).
- מפטיר: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו (וומסב''ג).

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה אליעזר גליקמאן הי"ו (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 12:50.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:50. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד, נאך קדיש האט דער רבי געמאכט אן עטיפה אויפן טלית מיט א ברכה.
- הוצאה והכנסה: הר"ר משה ברוך זילבער שליט''א.
- כהן: הבה"ח יחיאל שלמה ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו (קר"י).
- לוי: הר"ר מנחם ישעי' לעווי שליט''א (קר"י).
- שלישי: הרב יעקב יצחק הורוויץ הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר נחום שמשון שווארטץ שליט''א (קר"י).

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו. מען האט געזינגען דעם נענועים ניגון פון הגה"ק העצי חיים זיע''א.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת חקת הפסח' און געטייטשט די דיבור און מחשבה פון א איד האט א גרויסע חשיבות און די זעלבע פארקערט די פגם פון א מחשבה איז זייער גרויס, די מצריים זענען נאר נענש געווארן צוליב וואס זיי האבן מכשיל געווען כלל ישראל מיט הרהורים אסורים בעניני קדושה, און ממשיך געווען מיט שטארקע התעורורות לימי השובבים און מעורר געווען צו מאכן א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט און תשובה טוהן אויף יעדע דיבור, מעשה און מחשבה ובפרט בעניני קדושה.

- ידיד נפש: הר"ר יוסף דוב ראזענפעלד שליט"א (קר"י).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג).
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:05.

ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, פאר די פיש האט מען געזינגען די זמירות למלוה מלכה.
נאך די פלייש האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א און ארויסגעברענגט אז א צדיק וויבאלד עס איז רבים צריכים לו האט ער די כח צו מבטל זיין גזירות, דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם פייערדיגע קאמף פונעם בעל ההילולא קעגן די ציונים און ציוני'סטישע פארטייען למיניהם אין די שטאט סיגוט, און זיין קאמף אנטקעגן די העברעישע שולעס וואס דבריו עושים פירות און אין סיגוט איז טאקע קיינמאל נישט אויפגעשטעלט געווארן אזא שולע, און דערציילט ווי דער עצי חיים האט געווארנט איבער די שפיכות דמים וואס די אראבישע רוצחים זענען אומשטאנד אדורכצופירן, און ווי ליידער היינט צוטאג הונדערט יאר נאכן הסתלקות איז נאכאלץ נישט דא קיין מנוחה פון די רוצחים.
דער רבי האט דערמאנט די ביטערע רציחה אין אויסטראליע פארגאנגענעם חנוכה, און די אומפארשעמטע ווערטער פונעם ראש הכופרים צו די אויסטראלישע אידן אז אויסטראליע איז נישט זיכער פאר אידן, און זיי דארפן קומען קיין ארץ ישראל, בו בזמן וואס ס'איז היינט צוטאג ליידער נישטא אזא מקום מסוכן פאר אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט ווי אין די ציוני'סטישע מדינה, און די מערסטע אידישע קרבנות אין די לעצטערע יארן איז ליידער געווען אין ארה"ק ה"י.

דער רבי האט ממשיך געווען איבער די באקאנטע פאסירונג עטליכע יאר צוריק וועלכע האט איבערגעקערט די וועלט ווען דריי בחורים זענען ליידער אומגעברענגט געווארן ה"י ביים אריין גיין לערנען אין די שטחים, און ווי רבינו שליט"א האט דאן געפרעגט 'אויף וועמענס אחריות זענען די בחורים אריין אין די שטחים, א מקום מסוכן ווי עס דרייען זיך אראבישע רוצחים', און ארויסגעברענגט איבער די נאכאנאנדע אומאחריות'דיגע הפגנות אין ארה"ק קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, וואו מען שפארט אפ די גאסן און שטעלט אפ די פארקער, וואס דאס האט ליידער אין די לעצטע צוויי וואכן געקאסט צוויי קרבנות, ווען דרייווערס רוצחים זענען אריין געפארן אין די מוחים און ליידער אומגעברענגט צוויי אומשולדיגע בחורים, ליידער שטעלט זיך די זעלבע פראגע יעצט נאכאמאל, "אויף וועמענס אחריות שיקט מען בחורים אויף די גאסן, אויפרעגן און אויפרייצן די רוצחים?! די ציוני'סטישע רוצחים זענען פונקט אזעלכע רוצחים ווי די אראבישע רוצחים".
יעצט זענען דא אזעלכע וואס פארשרייען די בחורים, אבער ווען בחורים גייען אין די שטחים זיך רייצן מיט די אראבישע רוצחים האבן זיי נישט קיין פראבלעם וויבאלד דאס איז די ציוניסטישע אידילאגיע, זייער פראבלעם איז נישט די פארלוירענע נפשות מישראל ה"י, "נאר איינער וואס האט געשריגן ווען אומ'אחריות'דיגע אקטן האבן געקאסט אידישע נפשות דורך די אראבישע רוצחים אזא איינער קען יעצט שרייען ווען עס קאסט ליידער נפשות דורך די ציוני'סטישע רוצחים"...., "על פי שנים עדים יקום דבר" עס האט שוין ליידער געקאסט צוויי אומשולדיגע אידישע נפשות.

דערביי האט דער רבי דערמאנט דעת קדשו פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א איבער דעם ענין, און אויפגעפאדערט אנ"ש אין ירושלים בני ברק און בית שמש, אז קיינער זאל זיך נישט באטייליגן ביי אזעלכע סארט הפגנות וואו מען שפארט אפ גאסן, ווייל מען איז מפקיר נפשות ישראל צו די ציוני'סטישע רוצחים פונקט ווי צו די אראבישע, חמירא סכנתא מאיסורא!

דער רבי האט ממשיך געווען איבער דעם ביטערן גזירת הגיוס, און שארף אויפגעפאדערט 'חלילה וחלילה צו מאכן פשרות מפקיר צו זיין נפשות מישראל צו די ציוני'סטישע מיליטער, דאס הייסט אויך מפקיר זיין נפשות מישראל, עס איז דא בגוף און עס איז דא בנפש, און אויף דעם איז געזאגט געווארן 'את ה' אלקיך תירא לרבות תלמידי חכמים' אז תלמידי חכמים דארפן אויף טוהן פעולות מרבה צו זיין דעם את ה' אלקיך תירא, שיקן בחורים אדער אינגעלייט אינעם טמא'נעם מיליטער מיינט שמד! אז איינער קומט דארט אן קען נישט זיין קיין את ה' אלקיך תירא און עס איז די אחריות פון די רבנים נישט צו מאכן קיין פשרות, דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 11:15.

דערנאך איז דער רבי אריבערגעפארן צו די דערנעבנדיגע האט-ספרינגס געגענט אויף א ביקור גומלין ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע האלט זיך אויף דארט אויף אפרוה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פראבלעמען פון די יעצטיגע הפגנות אין ארה"ק, און מעשיות פון הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זיע''א וואס די יארצייט איז געווען מוצש"ק ז' שבט, האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א, אין דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין פאלם ספרינגס.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️