בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגל' שבט תשפ"ו2/17/2026

באריכט
דינסטאג תרומה - א' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה אין שטוב פון ב"ג הרה"צ רבי חיים מאיר ערנסטער שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער.
נאך די מקוה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר בתו היולדת אשת נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א לרגל הולדת בתה למז"ט.

ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש און די עלטערע ילדי מוסדותינו הק' ובחורי ישיבתינו הק'.

דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יעקב ארי' לאנגבערג הי"ו (מאנטשעסטער).
- ב"ר משה יצחק גליק הי"ו (לאנדאן).
- ב"ר משה יודא וויינבערגער הי"ו (לאנדאן).
- ב"ר יואל נתן גרינפעלד הי"ו (לאנדאן).
- ב"ר חיים אביגדור קארנבלי הי"ו (לאנדאן).
- ב"ר משה לייב עפשטיין הי"ו (לאנדאן).

- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב ארי' לאנגבערג הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל בהתלהבות אש.

- פתיחה: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו (קר"י) מנדבני ההיכל.
- בעל קורא: הר"ר יואל קעללנער שליט"א.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען) מנדבני ההיכל.
- שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו (מאנסי) מנדבני ההיכל.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו (קר"י) מנדבני ההיכל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר"ר יצחק יעקב ווייס שליט"א בן הגה"צ רבי פנחס שליט"א רב דביהמ"ד טשערנאביל מאנטשעסטער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אראפ אינעם היכל התורה החדש היכל לב אהרן צום מעמד קביעות מזוזה, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן גרויסן שער ההיכל, דערנאך איז דער רבי אריין צום מסיבת לחיים בהיכל התורה, מען האט געזינגען ניגוני תורה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו בשם די וועד בוני ההיכל און האט באגריסט די איבעריגע נדבנים וועלכע מ'האט נישט דערמאנט ביים חנוכת הבית.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, פאר הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און געטייטשט בדרך דרוש ואגדה בעניני לימוד התורה אויף עטליכע אופנים, און דערנאך ממשיך געווען מיט מוסר והדרכה, זיך צו קובע לימוד זיין אינעם היכל התורה, עס איז טאקע א שיין היכל אבער א עכטע שיינע היכל איז ווען עס איז פיל מיט לומדים, זיך אנצושליסן אין איינע פון די חבורות פון קהלתינו הק' יעדער לפי בחינתו, און ממשיך געווען בעניני צו דאווענען על הסדר אנגעהויבן פון ברכות, און דערמאנט די סגולה פון אמירת קטורת, בעניני צניעות ביי אנשים נשים וטף פון קאפ ביז פיס, בעניני טעכנעלאגישע כלים, ועוד, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט זיך הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א געזעגנט פון רבינו שליט"א איידערן אפרייזן קיין ניו יארק צו א חתונה פון אן אייניקל וועלכע איז פארגעקומען מיטוואך אין קר"י.
מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו מראה"ק וועלכע האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מטריח זיין בטירחא דגופא אהערצוקומען מחזק זיין קהלתינו הק'.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.

דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די ילדי מוסדותינו הק' פון אלע יארגענג, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, פאר הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו הק' און פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק והדרכה.
דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מתנה פון אריבער פיר טויזענט שעות רציפות וועלכע איז געלערנט געווארן דורך די עלטערע תלמידי המוסדות אלץ הכנה צום ביקור קודש, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א תהילים פאר אלע תלמידים. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום בנין הבית רחל ווי אלע תלמידות זענען געווען פארזאמלט בחצר הבנין, און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק בעניני צניעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א.

ארום 2:45 האט זיך אנגעהויבן זמני כניסה ווי אנ''ש האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ לברך ולהתברך לויט א ספעציעלן סדר.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון ר' חיים היימליך שליט"א ראש הדיינים בקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט די אכסניא און אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מראה"ק ובונה ההיכל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' אלחנן טויבער הי"ו (לאנדאן).

נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צו א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט די נדבנים פטרוני שם ההיכל התורה און ראשי קהלתינו הק' מאנטשעסטער, מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים.
עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל ישראל לעוו הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' און הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו הק', וועלכע האבן ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' און בפרט די פילע פעולות פונעם בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים יוסף הי"ו לטובת קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער.
מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרייבער הי"ו פון לאנדאן. שושנת יעקב: הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א.

צום בענטשן איז אריבערגעקומען הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד.

מיטן ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו.

ביים ענדיגן האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר האברך ר' שמואל בענעדיקט הי"ו מראשי עסקני קהלתינו הק' ובפרט פארן היכל התורה החדש, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 7:00.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די זמני כניסה פאר ביז ארום 8:15.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הנגיד הנכבד הרה''ח ר' יחזקאל שרייבער הי''ו פון לאנדאן האט אפגעקויפט א גרויסע זכות פאר א ריזן סכום אינעם היכל התורה 'לב אהרן', דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געקומען אויף א באזוך הגאון רבי גבריאל קנאפפלער שליט"א ראש ישיבת שערי תורה בעיר מאנטשעסטער יצ"ו אינאיינעם מיט הנגיד המרומם הרב יהושע עוזר האלפערן הי"ו מראה"ק מחזיקי הדת בעיר מאנטשעסטער יצ"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני העיר און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בפו"פ הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:20 האט דער רבי פארלאזט די שטוב אויפן וועג צום עירפארט.

אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים בנין הת"ת 'בנין ווידער' ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אויפן נייעם חלק פונעם בנין וואס די ת"ת האט לעצטנס אפגעקויפט, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג 'שער ראזענבערג' און דערנאך אריין אינעם בנין אויף א קורצע מסיבת לחיים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע חברי הנהלת המוסדות און די עסקנים. מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו און דער רבי האט ממשיך געווען די וועג צום לופטפעלד.

ארום 9:00 איז דער רבי אנגעקומען אינעם עירפארט, און דער רבי איז אריין אין א זייטיגן צימער ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים מיטן אנוועזנדן ציבור.
ארום 9:30 איז דער רבי ארויף אויפן פריוואטן פליגער און נאך א קורצע צייט האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.

א קורצע צייט נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מעריב אויפן פליגער.
אויפן פליגער האט דער רבי עוסק געווען אין זייער שיעורים א לענגערע צייט, און שפעטער האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט די מיטרייזענדע איבער פארשידענע היסטאריע קאפיטלך בקורות עם ישראל.

ארום 12:00 האט דער פליגער געלאנדעט אינעם טיטער-בארא עירפארט און נאכן מסדר זיין די פארמאליטעטן איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י. דער רבי איז אנגעקומען אהיים ארום 1:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 391