בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךא' אדר תשפ"ו2/18/2026

באריכט
מיטוואך תרומה - ב' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו.
- ב"ר יואל דוד ליסטיגמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן עולה זיין גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די קורצע נסיעה בעיר האבות סיגוט יע"א /מאנטשעסטער.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. דערביי האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט לימודי שעות רציפות במשך די ימי השובבי"ם העעל"ט.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ליפא בר"ש האלפערט הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו און הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א אפנעמען א ברכת מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין קר"י, דער רבי האט אויסגעדריקט זיין התפעלות פון קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער און משבח געווען דעם נייעם היכל התורה וועלכע איז א כלולת יופי לכבוד התורה ולומדיה און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:20 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה ישראל וויינבערגער הי"ו און הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️