בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday26 Nissan 57864/13/2026

Report
מאנטאג תזו"מ - כ"ו ניסן - יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' גרשון שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש ובחורי הישיבות.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד מיט גרויס התעורורות.

- פתיחה: הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי"ו.
- כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- לוי: הב' הבר מצוה ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
צו תהילים איז צוגעגאנגען נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק זאגענדיג אז מען שטייט שוין היינט ביי די צוואנציגסטע יארצייט, עס איז שוין אריבער צוואנציג יאר - א גאנצע דור פון די פטירה, און ארויסגעברענגט די פעולות פון רביה"ק בעל הילולא זיע''א צו פארשפרייטן אידישקייט, ובפרט זיינע פעולות פאר הרבצת התורה במשך אלע זיינע יארן, אין קערעצקי, זענטא, תיכף נאכן קריג, און אלע יארן אין אמעריקע, סיי פאר בחורים און סיי פאר אינגעלייט, און אזוי אויך זיינע פעולות אויפצושטעלן פרישע דיינים ומורי הוראות, און מסיים געווען בברכת 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.

נאכן מסיבת לחיים ארום 12:50 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש ותלמידי הישיבה, ביים אנגעקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה אין אריין אין אוהל הק', געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט, און געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זיע''א
דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא. דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

אין די נאכמיטאג שעות ארום 2:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו, און דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט געמאכט די מי שברך כנהוג.

פארנאכטס ארום 8:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

נאך מנחה ארום 8:30 האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צום שלחן הטהור וסעודת הילולא.
נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו של רבי הבעל ההילולא זיע''א.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קעניזשא מתלמידי בעל הילולא.

ארום 9:35 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש וחובת השעה און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אשה כי תזריע וילדה זכר' א צדיק וואס איז משפיע פאר אנדערע אידן האט די הבטחה פון 'כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו' און עס אויסגעשמועסט באריכות במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א, און מאריך געווען איבער גדלתו וצדקתו בג' עמודי עולם, זיינע פעולות לרוב בכל ענינים, זיין התמדת התורה און הרבצת התורה פאר די תלמידים, זיינע ווארימע תפילות יוצאות מן הלב הטהור איז געווען נכנסים ללב, די מלחמת ה' קעגן טומאת הציונות, זיינע הייליגע תפילות וואס ער האט מתפלל געווען פאר אידישע קינדער וואס זענען געקומען בצל קורתו נאך א ישועה, ער האט גע'פועל'ט ישועות פאר אידישע קינדער, מה כאן עומד ומשמש, אף שם בעולם העליון איז ער עומד ומשמש און איז מתפלל בעדינו ובעד כל ישראל.
דערנאך ממשיך געווען בענינים העומדים על הפרק ובפרט בנוגע קדושת עיר קרית יואל לתלמידי וחסידי רבותיה"ק זיע"א, דער פעטער ז''ל איז עומד על המשמר ער האט א גרויסע הקפדה אויף ווער ס'טוט א פעולה אריינצומישן דא תושבים מיט אנדערע השקפות, אפילו זיי זענען יראי ה' אין אנדערע ענינים ..און איך וויל ווארענען יעדן איינעם וואס האט א חלק אין דעם הזהרו בגחלתו! ..און איך פרעג, ווער האט נישט מורא פאר די הקפדה. בשבח פון 'קרן קרית יואל' און די בתי מדרשים אין אלע שכונות אין קרית יואל המורחבת וואס דערהייבט דעם קדושת המקום. זיך האלטן צו די דירות פרייזן אין קרית יואל בכל תוקף ועוז. פאר כלל חסידי ברוקלין ווערן געבויט הונדערטער דירות פארן פרייז פון בלויז $200 פער סקווער-פוס!!! בעיר ואם בישראל 'מאנטיסעלאו' יצ"ו.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער החזקת מוסדות יטב לב זאגענדיג 'דאס דביקות פון אנשי שלומינו אינעם פעטער ז"ל דער מייסד המוסדות און אינעם טאטן ז"ל ווענדט זיך אין די שייכות וואס מ'האט צו מוסדות יטב לב!', דערנאך איבער החזקת כולל עצי חיים בארה"ק, די שווערע מצב אין ארה"ק סיי בנוגע די מלחמה און סיי בנוגע די גזירה פון גיוס בני ישיבות, און מסיים געווען בברכת קדשו.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 10:25.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 542