דינסטאג תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
אין די מיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג ארום 2:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום בית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגענטער אין קרית יואל המורחבת ווי דער רבי וועט וויילן אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע וואך צייט.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הב' ישראל ב"ר משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.