בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ח תמוז תשפ"ו7/3/2026

באריכט
דינסטאג פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מרדכי יוסף בן הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א, חתן הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבה תורת חסד לאנדאן.
- ב"ר דוד מאיר אדלער הי"ו.
- ב"ר אהרן ברוך אלכסנדר כהנא הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, און דערביי שטארק מחזק געווען די וואס קומען ארויס מוחה זיין אויף די גזירה זיך אנצונעמען פאר די כבוד התורה פון די לומדי תורה ובני הישיבות וואס זיצן אין תפיסה נאר צוליב לימוד התורה, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז די מחאות זענען א חילול השם, אדרבא עס איז א קידוש השם! א חילול השם איז ווען מען פארשווייגט אז בני תורה זיצן אין תפיסה, און געענדיגט מיט חיזוק פאר אחב"י בארה"ק.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א, פארן מנהל שליט"א, און פאר די בר מצוה בחורים ובני משפחתם.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת גלאנצער היושבים ע"פ אמם אלמנת הרה"ח ר' אברהם יעקב גלאנצער ע"ה.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' חיים סופר הי"ו ובניו און משפחת סטרולאוויטש, היושבים ע"פ אשתו /אמם / אחותם ע"ה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 547