בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ח תמוז תשפ"ו7/3/2026

באריכט
מיטוואך פנחס

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אפרים צבי גלאזער הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר משה אלי' ברנ"ח עסטרייכער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים האט דער מנהל איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קובץ 'עסקי טהרה' מיט חידושים ובירורים פון די תלמידי הישיבה בהלכות מקוואות און רבי האט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט, אויך האט הב' הבר מצוה ב"ר אפרים צבי גלאזער הי"ו געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און די רמ"י ותלמידי הישיבה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א וועלכע וויילט אויף די זומער וואכן אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן - מסכת אבות.

ארום 11:30 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א וועלכע וויילט אויף שבת אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און דען ריכטיגן צוגאנג צו די מחאות אויף די גזירה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

אויך איז אריין בקו''פ האדמו"ר מזוועהיל מאנסי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדו למז"ט וועלכע קומט פאר חמשה עשר באב הבעל"ט אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פאר בנו הר"ר פנחס אהרן שליט"א און פאר נכדו החתן ני"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
👁 547
אין טעלעגראם