בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגח' אלול תשפ"ו8/21/2026

באריכט
דינסטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית אין ביהמ"ד בית מנחם זאב בשכונת ויואל משה לבן הנולד אצל ר' שמשון אינדיג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
פארן ברית האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די נייע פליגל וועלכע ווערט צוגעבויעט צום ביהמ"ד און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד איבער די בוי פלענער.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישראל שלום בשכונת ויואל משה לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ ר' אברהם מאיר שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
- סנדק מעומד: הגה"צ ר' אברהם מאיר שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: דער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יואל' נאך רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, עס האבן אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן יודא שליט"א, און די זיידעס הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, און הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב הלל בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק בעניני ברית מילה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 1:20.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און מעריב ארום 11:20, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית שמואל צבי ספינקא ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האדמורי"ם שליט"א די קינדער און ברודער פון האדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל.
ארום 12:35 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר''י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 471
אין טעלעגראם